די וואך האט דער איד ערקלערט קריג קעגן קהל באבוב בנשיאות כ"ק אדמו"ר רבי בנציון האלבערשטאם שליט"א, דאס איז נאכדעם וואס פאריגע וואך האט דער באבובער רבי אויפגענומען די דיסטריקט אטורני דשארלי היינס ביי זיך אין שטוב צוזאמען מיט דער כלל עסקן און נ. י. פאליציי לעיזאן הרב נפתלי משה אינדיג שליט"א.
די דיסטריקט אטורני היינס איז ביי די זאליס חזיר טרייף נאדעם וואס ער האט געלאזט ארעסטירן און אנקלאגען די פיר מערדערס וואס האבן געשלאגען און צובראכען א איד פיס שמחת תורה, און זיי אנגעקלאגט אויף הארבע קלאגעס.
און פארשטייט זיך איז הרב אינדיג ביי די זאליס אויך חזיר טריף.
די וואך האט דער איד צום ערשטען מאל געדעגט כ"ק רבי מרדכי דוד אונגאר שליט"א, און באשריבען מיט גרויסע ריזיגע העדליינס ווי שיין ער האט געפירט די סעודה הילולא פונעם ערשטען באבוב רבי רבי שלמה מבאבוב, און אויך געלייגט א בילד ווי ער פירט די טיש.
און פונעם באבוב רבי רבי בנציון האט ער נישט געלייגט קיין באשרייבונג, און נאר געלייגט א געשניטענע בילד ווי ער פירט די סעודת הילולא מיט א קליינער עולם, און ער האט אראפגעשניטען די ציבור.
אזוי וועט משה גבאי אנגעקומען מיט זיינע טעראר, ער ווייסט נישט אז באבוב האט אים אויך אין דער ערד, און ווייסן אויך אז ער איז א פארטיגער מענטש.
נשלח ב-19/7/2005 05:48
האסט גענדיקט מיט דיין בן סורר וואס רופט א טאטע אין ערכעות אן א היתר וואס א דאנק דעם האט הערמאן געהאט די חוצפה צו ריפען א דיין מיט א ראש ישיבה אין קארט מיט אן אזוי גערופענעם היתר אין א לעדעל עטס האט קאליע געמאכט כלל ישרא שעמט אייך
ענק זענעו שוין היסטאריע אויף דער וועלט ממילא, אין ענק האבען נישט קיין שום כח.
נשלח ב-19/7/2005 15:59
האלבערשטאם
דער איד און דער בלאט קאנטראלירען טאקע די וועלט אין עס באדעט ענק גאנץ גיט אויב זיי שרייבען וועגען די הצלחה פין הגה"צ ר' מרדכי דוד שליט"א....
נשלח ב-19/7/2005 19:28
moishe gabbe is a loser first he was the only newspaper not to cover rm"d at all and he made a big trask about rb"z and now when rb"z did something that he does not like 100% he drops him and starts pumping rm"d
that what we call sour loser
LOSER...
נשלח ב-19/7/2005 19:51
באבוב האט זיך קיינמאהל נישט גערעכענט מיט קיין צייטונגען.
צייטונגען זענען ביי ערליכע חסידישע יודען אלעמאהל געווען טרייף.
מען האט קיינמאהל נישט ארויסגעגעבען גליונות (בחצרות קדשינו וכל הכנוים שיש לה) מיט נייעס אדער בילדער. די ערשטע דאס צוטוהן איז געווען בית צדיקים מיט'ן שלומה של מלכות, כאטש די ענינם דארט זענען געווען אינטרעסאנט און איך פערזענדליך האב הנאה געהאט אבער דרך באבוב איז דאס נישט. רבותינו מהר"ש און מהרנ"צ זי"ע האבען פון דעם דרך פון צייטאנגען נישט געהאלטען.
נשלח ב-19/7/2005 21:54
קינדערלעך טייערע! מיינט נישט אז די גאנצע וועלט דרייט זיך ארום אהרן/זלמן לייב דער איד/דער בלאט
נשלח ב-20/7/2005 14:27
ליידער יא ווי די וועסט גיין צו אין שטאט צו אין קאנטרי איבעראל רעדט מען פין אהרן אין זלמן לייב ...
נשלח ב-20/7/2005 16:02
קעלאגס
די לעבסט אין עולם הדמיון, קיינער אינטערסירט נישט וואס די צוויי צייטונגען שרייבען, די וועלט קוקט אויף זיי ווי ביליגע מענטשען, דער איינציגער וואס קוקט נאך בכלל אויף זיי איז ר' מאטעלע פון מאנסי, וואס מאכט איסורים אויף זיי.
אנדערע קערן זיך בכלל נישט און.
אויב עס וואלט באמת אינטערסירט וואלט מען זיי געקענט צאלען נישט צו שרייבען אזוי ווי פאר געוויסע ארץ ישראלידגע צייטונגען.
ער מיינט נעבעך אז איינעם אינטערסירט וואס דארט שטייט.
גלייב מיר אז כמעט קיינער אין 48 ליינט נישט די ביליגע לשון הרע צייטונגען, ספעציעל ווער עס האט קינדער אינדערהיים וויל זיכער נישט אז זיי זאלען האבען השפעה פון דארט.