| נשלח ב-20/7/2005 21:17 |
|
| |
פין וואס וועט מען אין 48 נישט רעדן?
אזוי שרייבן זיי אויף זייערע פארום:
דוד יודא
ס'איז זעהר אינטרעסאנט אדארך צוליינען דיינע הערות, אבער זיי זענען זעהר זעהר ווייט פון דעם מציאות, לאמער צו-נעמען אביסעל די קאנפליקט ביסעל בא ביסעל לגבי דעם דין-תורה:
די שרייבסט:
ווי פוהל פראצענט זענען געבליבען \ אוועקגעגאנגען - איך וועל זיין קאנסערוועטיוו "פאר ביידע" 35%-65% -
1. דאס זענען זיי אליין מודה אז זיי האבען א ערך פון נישט מעהר ווי 250 בעלי בתים, מ'זעהט דאס בחוש און מ'האט מעהר ווי איין מאהל געציילט (נישט גערכענט די בחורים),
2. אויך אז ס'האט שוין גע'סטאפט פון צוקומען מעהר, און ס'מאכט זיך נאך אפשר א קליינע צאל פון צוריק קומערס.
3.אויך דאס איז רעלאטיוו, ווייל אסאך וואס זענען דארט און ב'קלאמפיש "ארויס", האבען שוין לאנג נישט געדאווענט אין באבוב די לעצטע יאהרן, יעדער גדענקט גיט ווי ליידיג דאס ביהמ"ד האט אויסגעזעהן יעדען שבת די לעצטע צוויי יאהר.
4. פארשטייט זיך אויך, אז ס'איז נאך דא געבליבען אזעלעכער וואס דאווענען אין באבוב, און האבען סימפאטי פאר זייער צד, און וואקלען זיך נאך, אבער אין א דין תורה קען דאס קיינמאהל נישט ווערען גערעכנט.
אז אין באבוב האבען געדאווענט בערך 1300 ב"ב בלעה"ר (משנים קדמוניות), קומט אויס אז זייער חלק איז א ערך פון 20% פון בעלי בתים (מאקסימאם 25% טאמער האב איך געמאכט א גרויסען טעות) וואס דאווענען אין באבוב'ער ביהמ"ד אין בארא פארק.
שאלה: באשטייט דען באבוב נאר פון די וואס דאווענען אין 48 סטריט?
באבוב איז א קהילה און א חסידות פון בערך מער פון 3500 משפחות און בתי-אב בלעה"ר ווארלד-ווייד, נעם די באבוב'ער טעלעפאן ביך, יעדער קען ציילען (ס'זאל נישא שאטען קיין עיה"ר), איז אז מ'זאל צו'רעכענען –ברייט געזאגט- אז זיי האבען נאך 100 (אדער אסאך געזאגט 200) בעלי בתים ווארלד-ווייד, קומען זיי קוים צו צי 10% אפשר אפשר 15% פון די גאנצע באבוב'ער קהילה, און דאס איז זעהר זעהר ריאליסטיש גערעכענט, מ'דינגט זיך נישט אויף דעם.
יעצט דאס וואס די שרייבסט:
יעצט לולא ס'זאל זיין אזוי ווי די זאגסט, שטעלעט זיך אויף דעם אפאר שווערע שאלות?
די וואס ווייסען די היסטארי פון באבוב, וועלען דיר קלאר זאגען אז טאמער זענען די בינינים ווערט -115 מיליאן דאלאר- איז זיעכר דא דערויף גענוי אזויפיל און מסתמא אסאך מער מארגעדזשעס און משכנתא'ס פון וואס די בנינים זענען ווערט, ווערען דען נישט די מארגעדזשעס און משכנתא'ס אראפ גערעכענט פון די טאטעל ווערט פון די בנינים ?
א סוד פאר גאנץ בראד, אז ס'איז דא שווערע מיליאנען (+-30 / 40 ) פון חובות, סטאדענט לאונס וכדומה, וואס איז אנגעזאמעלט געווארען, ווען מהאט ליידער נישט היינט געדאכט באנקראטירט, יא א חלק (אפשר 20-30%) איז גיווארען באצאלט, אבער רוב רובו איז געבליבען נישט באצאלט, מחילות מיט שתיקות באין ברירה, אבער ס'ליגט נאך זעהר אסאך אויף'ן הארץ, און א שטארקער ווייטאג נאך ביז היינט ביי אסאך אנ"ש. איז רמ"ד נישט קיין יורש פון חובות, מארגעדזשעס, סטאדענט לאונס, בזיונות, חרפה'ס און בושות כהנה וכהנה? והמבין יבין.....
יעצט שטעלט זיך די פארגע, אזוי ווי 95% פראצענט פון די וואס זענען דארטען ביי רמ"ד, זענען דאך יונגע יונגעלייט, און האבען קיינמאהל נישט בייגעשטייערט פינאנסיעל צו בויען פון באבוב, צוקענען זיי, אדער זענען זיי בארעכטיגט צוצונעמען א חלק לפי ערכם, פון די געזעצטע בעלי-בתים וואס האבען אלע יאהר געהאלפען און פינאנסירט, און זיי דווקא זענען אלע געבליבען אין באבוב?
קרעימער
תוקן על ידי - צווייבאבוב - 20/07/2005 21:38:22
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/7/2005 21:30 |
|
| |
ענקער שרייבערייען דא אויף הייד פארק איז דאך איין שטיק געלעכטער, ממילא ווען ענק קומען אויף מיט דברים שיש בהם עפעס אמת, ניחא, אבער ענקערע גראבע שקרים, דאס ווייסט דאך ווי פארביטערט ענק זענען, אז א שטיקל אמת ווארט קען מען פין ענק נישט הערן,
1.
קוקסט דא אויבן, שרייבט ער אז ס'איז דא אין באבובער טלפון ביכעל 3500 משפחות, אין ער זאגט נאך מיטן גאנצן פעסט קייט "גיי צייל", איז איך האב אבער יא געציילט אין איך האב געענדיגט ציילן ווייל ס'איז נישט געווען מעהר קיין נעמען ביי די מספר 3142 , דאס הייסט אז ער האט אויבן צוגעלייגט 360 משפחות!!!! א גאנצע קהילה קען מען אויפשטעלן פין 360 משפחות, און דער גראבע ליגנט איז נאר אזוי כלאחר יד, איך וועל שוין אראפ ברענגען די גרעסערע ליגנדס,
לאזמיר גיין ווייטער
2.
פין די 3142 משפחות קען מען רוהיגער הייט אראפ רעכענען 35% וואס זענען "בכלל" נישט קיין באבובער חסידים, נאר זיי זענען משפחה מיטגלידער , אזוי ווי איידעמער'ס , ידידים, וכו' {אפי' מער פין 35%}
3. בלייבט איבער ארום די 2000 באבובער משפחות, אין פין די 2000 משפחות, וויפיל זענען שריים-כאפערס? טיש-קומערס? וויפיל אינטערעסירט זיי די באבובער נייעס?
מ'קען רוהיגער הייט אראפ רעכנען אפאהר הונדערט וואס זיי באלאנגען צו באבוב נישט אלס אן חסידות נאר אלס אן "ארגאניזאציע". אזוי אז אויב וויל מען רעכענען ווער האט מער "חסידים" דארף איך נישט אנהייבן צו רעכענען נאר פין א 15-1800 משפחות,
4. און בורופארק איז באבוב כמעט צוטיילט אין צוויי, 45% זענען רמ"ד'ס חסידים, אין די איבערגעבליבענער 55% זענען צוטיילט, א חלק "אנוסים" {יא יא אנוסים אזוי ווי אין שפאניע, זיי האבן מורא צו רעדן} א חלק "חסידי הבנין 48"{סתם באקוועמע מענטשן וואס האבן ליב די שיינע ווענד אין עירקאנדישן} א חלק חסידי רב"צ.
דאס הייסט אז רב"צ וואס דאווענט אין די בימ"ד וואס ער האט איינגענומען מיט די פאליציי, האלט נאך זער ווייט פין צו זיין א גרויסע רבי מיט "אסאך" "חסידים"
5.
לאמיר ארובער גיין קיין וויליאמסבורג, דארטן האט רמ"ד 95%
אין ווייטער אין מונסי האט רמ"ד 80%
אין אפילו נישט אין ניו יארק האלט רמ"ד זייער זייער גיט און האט פיל מיט חסידים
אין איראפע איז אזוי אין לונדון זענען זיי צוטיילט , דאס הייסט 50-50, אין און אנטווערפען האט רמ"ד 60%
און אין ארץ ישראל איז אזוי, אין קרית-באבוב וואס לכתחילה האט געהייסען אז רב"צ האט רוב איז געווען א גרויסע שינוי {אין אנהייב האבן יינגעלייט מורא געהאט פין זייערע געהאלט פין יעקב ישראל וואס האט געסטראשעט} אין מ'האלט ביי לפחות 50% פאר רמ"ד, בני ברק האט מען אינגאנצען 15-18% פאר רמ"ד , אבעק אין ירושלים עיה"ק האט מען 80-85% ממש רוב גדול,
איך דארף מדגיש זיין אז די אלע פראצענטן וואס רמ"ד האט זענען פערטיגע חסידים, אבער די איבערגעבליבענע זענען צוטיילט אין דריי {חסידי הבנין, אנוסים, חסידי רב"צ}
און די אלע נאמבערס זענען די "פארמאכטע קאטלעך" אבער ווען רמ"ד וועט האבן א דאך מיט מוסדות, דעמאלס וועט מען קענען זעהן די "אפענע קארטלעך" אין מ'וועט פינקטליך וויסען מי ומי ההולכים.
יעצט קענען ענק דא שרייבן וואס עטס ווילטס, דאס זענען די פאקטן, און פארדעם וועסטו דאס קיינמאהל נישט הערן אז מען זאל רעדן פין דעם ענין, און פארדעם גייט זיי אזוי אין לעבן אז מ'צאהלט שווערע צעהנדליגע טויזענטער דאללארן פאר טיקעטס, אללעס כדי צו מאכן א גוטן רושם
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/7/2005 22:26 |
|
| |
צוייבאוב,
פן דיין תגובה איז נישט אזוי קלאר וואס דו זאגסט פן דיר און וואס דו זאגסט פון דוד יודא, אבער דאס זענען מיינע הערות:
1. אין באבוב האבען קיינמאל נישט געדאווענט קיין 1300 בעלי בתים, נישט בימי מהר"ש און נישט בימי מהרנ"ץ. ימים נוראים איז אפשר געווען 1300 יודען, אריינרעכענענדיג די בחורים.
2. סיי אין 45 און סיי אין 48 דאווענען היינט אסאך יודען וואס האבען שוין לאנג נישט געדאווענט אין באבוב. ס'איז אפשר דא מער אזעלכע אין 48 ווייל אין 48 אליין דאווענען היינט מער יודען ווי אין די לעצטע 5 יאר.
3. אין 45 איז דא לכה"פ 250 מתפללים קבועים וואס דאווענען דארט אלע תפלות. און נאך 100 וואס קומען מפעם לפעם - איינער מער איינער ווייניגער. און נאך ווער וויסט וויפול וואס מ'האלט צוריק מיט אייזענע קייטען, איינער דער טאטע, איינער דער שווער, איינער דער JOB - דו ווייסט דאס אזוי גוט ווי איך.
4. אז דו גייסט צו ביידע בתי מדרשים וועסטו זעהן אז אין 48 איז דא בערך טאפעלט ווי אין 45. דאס הייסט בערך 65-35 אדער 70-30, און דאס איז אן די געצווינגענע. ביי די טישען, ביי פירות טיש און שלש סעודות איז עס 60-40 אדער נאך מער.
5. די 3500 נעמען אין דעם בוך מיינען גארנישט. אסאך זענען איידעמעס און שווערס אדער אזעלכע וואס דאווענען אין א שטיבעל אין די וואכען אבער האבען נישט קיין שום שייכות. און אפילו ווען יא, לויט ווי איך הער איז רמ"ד גאנץ שטארק אין וויליאמסבורג, מאנסי, אנטווערפען, ירושלים, בני ברק און לאנדאן. ער האט נישט קיין סאך קלענערע פערצענט דארט.
6. לגבי די בנינים פארשטייט זיך אליין אז ווער ס'באקימט א בנין וועט מיזען באצאלן דעם מארדגעדש - איך פארשטיי נישט דיין פונקט.
7. אין 45 זענען דא לכה"פ 70-80 יודען - אפשר נאך מער - וואס זענען אלט 45 יאר און העכער.
8. די חובות זענען נישט אהין און נישט אהער - ביידע וולען גלייך צאלען.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/7/2005 00:39 |
|
| |
צווייבאבוב און מענדלציט
טוט'ס ענק ביידע א טובה, אין קויפטס ענק א פאר גלעזער, ווייל ענק זענען פשוט בלינד.
טאמער האב איך נישט קיין טעות האט ענקערע (יא די גרויסע באקאנטע ) געלאזט פאלן ווערטער אז ענק האב נישט מער ווי 20 פראצענט (און אז ער זעהט א מאוומענט צוריק קיין באבוב).
ענקערע ציפערן בנוגע אירופא איז סתם אזוי א חוכא וטלולא, ווען אין לאנדאן פון 180 מתפללים האבן ענק נישט מער פון 30 שלעפערס, און אנטווערפען האבן ענק נישט מער פון 10 נאכהענגערס פון א ס"ה פון 75 מתפללים, איז פארדריי מיר נישט קיין קאפ.
נאך א פוינט רעד דיך נישט איין אז ענק וועלן באקומען א בנין, דיין הארץ וועט נישט אויסהאלטן אז מען וועט געבן א קארגע איינס אדער 2 מליאן מדין "לפנים משורת הדין".
אויך וואלט איך געראטן צוצגרייטען א נייע נאמען פאר ענקערע קהילה,
גוד ביי
תוקן על ידי - צווייבאבוב - 22/07/2005 2:07:53
|
|
|
|
| נשלח ב-21/7/2005 00:44 |
|
| |
choolem more ,you going to find out what 45th st will get ,the same way n.r.zit said 48th st would never go to din torah ,and ??they went beshtai raglayim ,they were scared from judge kramer ,
|
|
|
|
| נשלח ב-21/7/2005 19:12 |
|
| |
קרעימער,
כ'האב געקויפט גלעזער, יעצט זאג'זשע מיט וועלכע פון מיינע פונקטין דו ביזט מחולק, וועל איך וויסען ווי צו קוקען.
ביזט נישט מסכים אז ביי די שבת'דיגע תפלות (פאר'ן זוממער) איז געווען טאפלט אין 48 ווי אן 45,נישט מער? דו ביזט אמאל דארט געווען? אדער דו פארלאזט דיך אויף וואס דו האסט געהערט בשם מ"ק? איך פארצייל פאקטען און דו ברענגסט מימרות וואס ס'דאכט זיך דיר מ"ק האט געזאגט. און דו ווייסט אפשר פון איינעם וואס איז א חלק פון דעם "מאוומענט" אויף צוריק??
ביזט נישט מסכים אז ביי שלש סעודות איז עס 60-40 אדער 55-45? דו ביזט אמאל דארט געווען? אדרבה, פרעג דיך נאך ביי אזעלכע וואס גיין אויף ביידע פלעצער.
ביזט נישט מסכים אז ס'איז דא 100 אדער מער וואס גייען צו ביידע? דו ביזט אמאל דארט געווען?
ביזט נישט מסכים אז ס'איז דא 100 אדער מער וואס חלש'ן צו גיין צו 45 און מ'לאזט זיי נישט? וויפול שאצט דו איז דא?
אין וויליאמסבורג און מאנסי ביזטו מסכים אז רמ"ד האט רוב עולם? איך האב נישט קייו פערזענליכע ידועה פון לאנדאן אבער מיט אן אנטווערפענער האב איך יא גערעדט און מ'רעדט נישט פון 10 מענטשען.
לגבי בנינים רעד איך מיר גארנישט איין - דוד יודא האט געוואלט ניצען די מארדגעדשעס אלץ א טענה האב איך אים נאר געענטפערט אויף דעם. און עטץ פארשטייטס נישט איין זאך: אויב 45 באקימט אבסאלוט גארנישט פון דער ד"ת, וועט נאך אלץ זיין אסאך בעסער ווי באקומען אבסאלוט גארנישט נאר ווייל 48 האט אלעס געכאפט מיט גארדס און מיט כח. 45 וועט מקבל זיין דער פסק ב"ד באהבה - דער עיקר איז אז ס'זאל זיין ע"פ תורה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/7/2005 19:29 |
|
| |
מאנסי, ווי איך האב געהערט פון א דארטיגע יונגערמאן האט רמד אפשר 40% וואס דארט איז אמערסטענס יונגע יונגעלייט, די אלע עלטערע ווי ש"ב מ"ג אמ"ש א"ב א"פ וכו' זענען ביי רב"צ. אויך ר' פ.י. איז א שטארקע חסיד פון רבצ
לונדון איז רמד א פערטיגע פון קרוב צו 160 מתפללים האט ער קוים 25, זיי קענען אפי' נישט עפענען אן אייגענעם מנין ווייל זיי האבען נישט קיין 10 צו פארלאזען אויף אז עס זאל זיין בקביעות מנין
ווייטער אנטווערפען, האט בערך 50 מתפללים פון דעם זענען אפשר 10 ביי רמד. אויף אנטווערפען זאלסטו מיך נישט פארקויפען מעשה'ליך ווייל איך בין אן אנטווערפענער.
תוקן על ידי - avremel - 21/07/2005 19:41:49
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2005 00:10 |
|
| |
איך גיי נישט אריין אין אלע חלומות פון די אנשי רב"צ.
אבער אין לאנדאן איז דא 120 מתפללים, פון דעם זענען נאר 80 באבובער חסידים די אנדערע זענען סתם שכנים.
אנטווערפען איז 50% 50% אבער די פני פון די אינגעלייט זענען אין 45 פונקט ווי אין דער גאנצער וועלט.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2005 07:40 |
|
| |
חברה אנשי רב"צ
זייט גרייט we are here to stay
מיר זענען דא צו בלייבען.
איך האב נישט קיין אהנונג וויפיל אונז גיי מיר באקומען ביי בית דין, אבער אונז בלייב מיר דא, אין עס איז דא צוויי באבוב, די חסידישע באבוב מיט די בעלבאטישע באבוב.
יא
אלע תלמידי חכמים אין חסידים זענען אוועק פון 48 אין גענומען א רבי וואס פאסט פאר זיי.
צו אונז האב מיר 35% צו 45% איז נישט נוגע.
וואס איז נוגע אז ענק האבען א בית המדרש פול מיט שונאים, ענקער ראשים האבען קינדער מיט איידימער וואס חלומען פון 45 ביי ענק איז בית המדרש איז רב"צ ביי זיי א ליצנות ווייל ער האט דארט הונדערטער אינגעלייט וואס ער האט זיי נישט וואס צו פארקופען.
ביי אונז איז הונדערט % שונאים ריין, אלעס זענען חסידים ואנשי מעשה וואס זענען אריבערגעקומען ווייל זיי ווילען באלאנגען צו אזא פלאץ.
נעשה ונשמע אמרו כאחד.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2005 08:45 |
|
| |
מייזלס איך זעה אז די פארשטייסט גאנץ גוט דער טעם פון נישט זעהן די שונאים פאר די אויגען וועגען דעם טאקא פילען אונז נישט שלעכט אז עטס זענט ארויס פארקערט אונז האבען הנאה ביי אונז פעלט נישט חשובע יונגעלייט עס פעלט אונז נישט תלמידי חכמים אונז האבן
חסידישע יונגעלייט
ערענסטע יונגעלייט
בעלי בתישע יונגעלייט
גבירישע יונגעלייט
אלע זקנים תלמידי מהרבץ הראשון
אין נישט א גאנצע סעט ביטש באוס מחללי שבת וכו'
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2005 08:47 |
|
| |
איך האב נישט געזאגט אז עטס האבען נישט חסידישע יונגעלייט אויך אבער עס האט געלוינט צו פארלירען אפאר גוטע יונגעלייט פאר דער פרייז פון פארלירען אלע נישט גוטע יונגעלייט און בחורים
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2005 23:23 |
|
| |
קענסט שרייען אגאנצן טאג "אז מיר פרייען זיך אז עטס זענטס ארויס" ווייל דאס פרייען זיך איז אפשר פאר א 20-25 מענטשען אבער פין די 25 ביז צו קרוב 1000 באבובער משפחות אין די גאנצע וועלט אויף דעם פרייסטו זיך שוין גאהרנישט, אויף דעם וויינסטו און קלאגסטו א גאנצן טאג, און אזוי אויכעט אלע דיינע חברים, די ערשטע מאהל וואס מ'האט געזעהן אן שמייכל אין 48 ביים עולם איז געווען ווען מ'האט בייקומען ביידע קעמפס, נאר דעמלס האט מען פארשטאנען אז שמחת זמני איז אויכעט עפעס אין מ'האט זיך פארגינט אן שמייכל, איז גיי פארדריי אן צווייטן א ספאדיק אז די פרייסט זיך!!!
איך בין אריין צו רב"צ נישט לאנג צוריק, איז ה' ישמרנו ווי ער האט אויסגעקוקט, וואס מיינסטו אז רמ"ד האט עם געגעבן א קיצעלע?
ער האט געכאפט א מיאוסע פליק און פנים, וואס האט אפגעקלינגען אין די גאנצע וועלט, אין איך זאג דיר אז מיט האבן ביידע קעמפס שאקלט זיך נאך אלס זיין שיינע בארד פין די פאטש וואס ער האט געכאפט, און די פאטש וועט ער געדענקען אגאנץ לעבן, ווייל אזיין פאטש קען מען נישט פארגעסן, און אז די פרייסט זיך ביסטו פשוט אן מחוצף פאר דיין רבי,ן ווייל ער פרייט זיך שוין גאהרנישט.................
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2005 07:38 |
|
| |
ביסט א מומחה פון פארעדען די ציין וואס וואלט ער געטון ווען ער האט די אלע מענטשען אינעוויניג ער וואלט זיך נישט געקענט א עצה געבען
דאס אז מ'רודפט עם אין מאיז מסית שנאה אויף עם האט ער שוין געהאט אלע יארען אין מיט דעם געדארפט זיך באגעגענען מיט זיינע שונאים יעדער פאר מינוט
היינט איז ער זיי אלע פטור געווארן אין אויף דעם פריי איך זיך מיט זיין שמחה פארשטאנען
|
|
|
|
|