פראבלעם אין קאמפיוטער? דא איז די לעזונג!
אזא אשכול איז דא אין בחדרי חרדים, איך עפן דאס אויף זעענדיג א גוטע צוקונפט אויף דעם פארום. און אייגענטליך (והוא העיקר) א גרויסע דאנק פאר אנאליזירער פאר דעם פארום.
איך האב א ווינדאוי לעפטאפ, עס סטאַרט זיך זייער לאנג, ד.ה. אז נאכדעם וואס איך זעה שוין די גאנצע דעסקטאפ אפען, קען עס נאך געדויערן דריי-פיר מינוט ביז די "ביזי-לעמפל" הערט אויף צו בלינקען, און ביז דאן קען מען גארנישט טוהן אויפן קאמפיוטער.
עס איז מיר אבער מערקווירדיג אז צום סוף פון די דריי מינוט קומט ארויף א מעסעדזש פון אונטן בזה"ל:
Updates are ready for your computer. Click here to instal these updates
און אין די רגע וואס דאס קומט ארויף הערט זיך אלעס אויף, די לעמפל הערט אויף צו בלינקען, און אלעס איז רעדי צום באנוץ.
וואס מיינט די אפדעיטס?, איך האב עס איינמאל אינסאלירט איך האב נישט געזען עפעס וואס זאל זיך טוישן ביי מיר.
ביטע ענטפערן, יישר כח.
|
|