בית פורומים באבוב

וועמען מיינען ענק צו באשמוצן?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/7/2005 23:06 לינק ישיר 
וועמען מיינען ענק צו באשמוצן?

פאר די אלע שרייבערס מצד רב"צ לאזמיר קלאהר מאכן אפאהר נקודות וואס ענק פארדרייען די נקודות און קייען עס כסדר איבער,
ערשטנס ,
קיין איין יינגערמאן פין חסידי רמ"ד שליט"א
איז נישט אריבער פין 48 צו 45 ווייל ער האט פארשטאנען אז רמ"ד גייט מארגן ארויסווארפן רב"צ פין בימ"ד און קיין איינער טראכט נישט אז רמ"ד גייט באקריגן אלע מוסדות איבעראל אין רב"צ וועט בלייבן נאר מיט די בית מדרש, אזוי אויכעט מיט די קעמפס, אלע סיי חסידי רמ"ד און סיי אנשי רב"צ האבן פארשטאנען אז מ'דארף זיך צוטיילן

און ממילא אז ענק קומען דא אויף הייד-פארק און שרייבן אן גאנצן טאג אז "ענק" האבן גאהרנישט, נישט קיין בימ"ד, נישט קיין מוסדות, וכו' וכו' דאס איז זייער נאריש, ווייל די מצב, האבן אלע געוויסט פאר מ'איז אריבער צו 45, ס'איז נישט אז מ'האט אונז סופרייסט, אז מ'האט געהאט אללעס און מ'האט אללעס פארלוירען, און יעצט פרייען ענק זיך "אונז האב מיר אללעס", די מצב איז אינגאנצן אנדערש, אזוי אז טאמער רעדן ענק זיך איין אז מיטן שרייען א גאנצן טאג "ענק האבן נישט קיין מוסדות"- איז וואס איז? ווען איך וויל מוסדות קען איך רוהיגער הייט צוריק אריין גיין אין 48 אין איך וועל האבן א דאך , אזוי אז דאס גאנצע רייצעריי איז "לופט מעשיות",

צווייטענס,
אנשי רב"צ האבן זיך דא לעצטנס שטארק גענומען אטאקירן כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א מיט זעהר מיאוסע נעמען, איז לאמיר זיך נעמען אביסעלע אויפפרישן די זיכרון אויף די צוויי באבובער רבי'ס און לאמיר זעהן ווער איז בארעכטיגט בכלל צו רעדן, נעמסט רמ"ד שליט"א, ביז דער טאג פין פטירת חמיו רבינו זצ"ל, איז חוץ פין די נאנטע נאכשלעפערס פין רב"צ, האט איינער געהאט עפעס אקעגן עם? ניין, גאנץ באבוב אין אזוי אין די גאנצע חסידישע וועלט איז ער געווען אין איז ווייטער אהנגענומען אלס אן 'גרויסע' ת"ח אין א גאון , אלס אן באמת'דיגע ערליכע ייד און אן ירא שמים , מ'האט עם אלעמאהל מכבד געווען נישט נאר אלס אן איידעם, נאר אויכעט אלס זיין פערזענליכע חשובקייט, ער איז אלעמאהל געווען אן מורם מעם, נאך אן נקודה וואס איז געווען אהנגענומען, אז ער האט קיינמאהל נישט געמאכט קיין עסק פין זיך, אן אמת'דיגע שפל רוח, ביז די טאג פינ'ם פטירה האט ער נישט בעדארפט קיין גבאים, ווען ער איז געפאהרן אויף נסיעות בשליחות רבינו זצ"ל איז ער נישט געלאפן צו אלע רבנים, און געלייגט בילדער אינם כל העולם כולו, און אזוי ווייטער, אזוי אז ווען איינער זעהט אויף עם דאס טיטל "הרב החסיד הצדיק הגאון העניו" וועט קיינער נישט זיך אינטער שמייכלען, ווייל ס'קלאפט גאנץ כמעשה, און נאר סייט די פטירה טוט מען עם דא פראבירן צו באשמוצן מיט פאלשע ליגנדס, נישט נאר דאס, די לעצטע פאהר יאהר האבן אלע געוויסט אז רמ"ד שטייט אויף די "אינטערשטע פיס" כדי צו שיצן אויף די שווערס כבוד, איעדע זאך אדער געשעעניש וואס רמ"ד איז געווען אריינגעמישט , האט "גאנץ" באבוב געוויסט דעם "ריינעם" אמת, אז רמ"ד טוט ריכטיג ווען ער באשיצט זיין שווערס כבוד, אין די זעלבע זאך מיט רעביסטיווע, ווען רמ"ד וואלט געמיינט 'זיך' לעצטע פאהר יאהר, און ער וואלט זיך צוגעגרייט צו יום לאחר הפטירה אזוי ווי רב"צ, וואלט ער זיך אויך געדרייט מיט גבאים, אוןם געלאפן צו רבנים, אין געלייגט בילדער איבעראל ,

און נישט נאר דאס, ווען רמ"ד וואלט זיך צוגעגרייט 5 יאהר צו זיין רבי וואלט ער היינט אסאך בעסער אויסגעזעהן, און דאס אללעס ווייזט אז ברגע וואס די איידעמער האבן זיך צוטיילט פין רב"צ, איז דאס אויכעט נישט געווען נאר לכבוד פינם רב ז"ל, ווייל זעהט זיך אויס אז זיי האבן פארשטאנען, אז אויב מ'וויל ס'זאל בלייבן אן זכר פינם שווער וואס האט נישט איבער געלאזט קיין בנים, און צוזעהנדיג אז רב"צ טוט ווילדע שריט, און וויל זיך נישט דורכרעדן, האבן זיי נישט געהאט קיין ברירה אין "בהכרח" מכתיר געווען רמ"ד פאר באבובער רבי'ן,

קען זיין אז היינט מסתמא איז שוין דא מער פערזענליכע נגיעות, אזוי ווי פרנסה פאר די קינדער, הצלחה אין די וועלט, איך ווייס נישט, קיין מלאך איז ער נישט , אבער איין זאך בין איך זיכער , אז וויבאלד זיין מחשבה בשעת זיך אנעמען זיך פארן שווערס כבוד איז געווען ריין, און אויסגעהאלטן, איז דעפענטלי דאס געווען די סיבה וואס האט גיברענגט פאר עם אזיין שיכור'דיגע הצלחה וואס קיין איין נברא אויף די וועלט האט דאס נישט געגלייבט אז ס'קען זיין אז ער וועט אזוי שטארק מצליח זיין,

און יעצט נעמסט רב"צ שליט"א, וואס איז ער געווען אלע יאהרן? האט ער אלס א רביס א קינד עפעס אויפגעטוהן פאר יידישקייט? האט ער אמאהל איינעם מקרב געווען? רב"צ איז יאהרן לאנג געזיצן שטיל, , מ'האט עם מכבד געווען 'נאר' ווייל ער איז די רב'ס אן קינד, מ'האט נישט גערעדט הויעך פין זיינע באקאנטע מאשעלעך, אלס דרך ארץ פאר אן רב'ס אן קינד, אלס אן ת"ח האט מען עם קיינמאהל נישט גערעכנט, אלס אן ירא-שמים האט מען פין עם נישט געטראכט, און אלס אן עניו זיכער נישט, אין אפי' אביסל לייכטער מידות, אזוי ווי מקרב זיין געסט, א גוט ווארט , גאהרנישט, ער האט זיך קיינמאהל נישט געבויגן צו קיינעם, וואס דאס איז ממש "היפוכו" פין זיין טאטע און זיין ברידער, ווען משרייבט אויף עם "הרב החסיד הצדיק הגאון העניו" איז דען דא איינער וואס זאל נישט לאכן צו מיטן מויל צו אינם הארץ? אפי' זיינע גבאים וועלן לאכן,
איך וועל שרייבן אביסעל שארף אבער נישט אזוי די אימרה מיין איך די כוונה, צווישן רמ"ד אין רב"צ ווען איינער שרייט "די פארשטיקענע באל גאווה" - וועמען וואלט גאנץ באבוב פארשטאנען אז מ'מיינט???
צווישן רמ"ד אין רב"צ ווען איינער שרייט "קענסט נישט ווארטן ביז די רב וועט אוועקגיין?" וועמען וואלט דער עולם פארשטאנען אז מ'מיינט ?
וואס וויל איך ארויסברענגען? אז רב"צ איז געווען באשמוצט אין באבוב שוין לאנגע לאנגע יאהרן, און רמ"ד נישט!
אזוי אז עטס קענסט שרייבן דא וואס עטס ווילטס

אבער די גאנצע וועלט ווייסט ווער איז דער עניו און שפל רוח און ווער צו שטארבט פאר אן שטיקל "ותערב",

און די גאנצע וועלט ווייסט גאנץ גיט ווער ס'האט נישט געקענט ווארטן ביז דער ברידער וועט אויסהויכן די נשמה, און האט פראבירט צו פירן רעביסטיווע בחייו,

און די גאנצע וועלט ווייסט ווער איז דער ת"ח, און ווער נישט,

אלע וויסן גאנץ גוט וועלכע פין די צוויי קען יא גיין ד' אמות אהן קיין שטעקן און ווער נישט,

און די גאנצע וועלט ווייסט וועלכע באבובער רבי איז תוכן אין וועלכע באבובער רבי איז א שטיק חיצוניות,

אזוי אז עטס קענסט ענק ארום רייסן וויפיל עטס ווילטס אבער א פאקט בלייבט פאקט!!!





תוקן על ידי - צווייבאבוב - 22/07/2005 23:27:28



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2005 01:29 לינק ישיר 

רחוב מימון איך מאך נישט קיין פארום.

אבער עס איז געווען קאמיש צו זען דיין פארום יעדן טאג מיט די מחיקות, אין די נייע נעמען.

לאמיר דיר געבען אזא זאך
אין נאך איינס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2005 01:06 לינק ישיר 

http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1488905



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2005 00:50 לינק ישיר 

ווי נעמט זיך צו יונגעלייט וואס האבען געקאנט
מרן מהר"ש זצוקללה"ה אזא קאלט בלוטיג
רשעות?

אונזערע ברודער און שוועסטער שטארבען
אויף טראגישע אופנים ואין איש שם על לב.

איך בעט נאכאמאל בכל לשון של בקשה
לאמיר אלע אויפהערען די נערישע שנאת
חינם, ואולי יחוס!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2005 00:20 לינק ישיר 

אויב ביסט אזא חכם מאך אליין א פארום לאמיר זעהן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2005 00:19 לינק ישיר 

ס'איז UNDER NEW MANAGEMENT



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2005 00:11 לינק ישיר 

רחוב מימון


וואס איז מיט דיין פארום וואס טוישט נעמען ווי זאקען אין וואס פלעקט אלעס אויסמעקן?

איך מיין האסט שוין צוויי וואכען נישט געטוישט דעם נאמען פון דיין פארום.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2005 00:07 לינק ישיר 

THANKS FOR CORRECTING ME



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2005 00:00 לינק ישיר 

אפשר איז בנציון ??



תוקן על ידי - BZALH - 29/07/2005 0:02:55



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2005 23:56 לינק ישיר 

מרדכי דוד איז שולדיג אין אלעס



תוקן על ידי - BZALH - 29/07/2005 0:02:16



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2005 23:25 לינק ישיר 

פארוואס שרייבסטו נישט די ווערטער אין באבוב בתפארתה ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2005 23:11 לינק ישיר 

גערעכט!
איך האב טאקע נישט וואס צו ענטפרין!

ווייל מיין הארץ טוט וויי פאר אידיש בלוט
וואס ווערט פארגאסען.

איך פרעג מיך און דיך ווי אויך די אלע
שרייבערס, ווער פון אונז קען באמת זאגען
"ידינו לא שפכו את הדם הזה"?

און אויף דעם ווייס איך נישט וואס צו
ענטפרין!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2005 21:47 לינק ישיר 

איך זעה אז די האסט נישט וואס צי ענטפערען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2005 21:39 לינק ישיר 

Look it the cemetery!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2005 21:26 לינק ישיר 

קוק אין באבוב בתפארתה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2005 21:23 לינק ישיר 

די ראביי קוק וואס דיין חבר (nebech)שרייבט אויף אונזער רבי, לאמיר זעהן אויב דארט וועסטו אויך שרייבן אזוי ווי שרייבסט דא,אויב נישט ווייסט מען שוין וואס די ביסט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > וועמען מיינען ענק צו באשמוצן?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext