די פאריגע וואך האט די הנהלה פון די אהרוני מוסדות אין ק"י פארלאנגט פון אלע איינגעשטעלטע אונטערצושרייבן א דאקומענט אין וועלכן זיי געבן אויף די רעכטן צו פאדערן קאמפענסעישן אויב מען זאגט זיי אויף פון די פאסטן.
עס איז אן איינגעפירטע זאך אז ווען מען זאגט אויף אן אנגעשטעלטן פון זיין אמט קען ער פאדערן קאמפענסעישן לויט א סיסטעם פון א חודש א יאר דאס מיינט אז מען באקומען נאך וועידזשעס אויף די קומענדיגע חדשים לויט די יארן וואס ער האט געארבייט דארט.
לעצטענס האט די ק"י הנהלה גענונען פארשידענע באגרעניצונגען קעגן די אנגעשטעלטע. צווישן די איז געווען דאס באצאלן רוב וועידזשעס מיט קיופאנס.
יעצט איז געקומען די רייע אויף א פרישן איינשטעל, א זאך וואס האט ארויסגעברענגט א מעכטיגן שטורם נישט נאר ביי די אנגעשטעלטע נאר אויך ביי די עלטערן פון די קינדער.
לויט ווי איך הער, ווערט איצט צוזאמענגעשטעלט א לעגאלער טיעם וועלכע וועט נעמעןש ריט עפ"י דיני התורה ועפ"י דיני דמלכותא (וואס די אהרונים גלייכן שטארק...).
נו, יעצט לאמיר הערן וואס די אהרונישע זאך קענער האבן וואס צו זאגן...
נשלח ב-24/7/2005 22:38
אין וומס"ב באצאלט מען אפטריט געלט!
נשלח ב-24/7/2005 22:20
ווען אשר אלימלך וועט באצאלן די פענסיעס פאר די אלע וועלכע האבן שוין געהאלטן אינמיטן נעמען, וועט מען אין קרית יואל אויך באצאלן.
און אגב, איז חיים יושע פון מאנסי אויך א רשע, אז זיינע מוסדות באצאלן אויך מיט קיופאנ'ס, שוין יארן לאנג ???