| נשלח ב-26/7/2005 11:06 |
|
| |
שיעורי תורה פון מתיבתא לפני פטירת המהר"ש
דא איז דא א לינק צו דער ערשטער ליל שישי שיעור וואס דער דעמאלסדיגער ר' בן ציון האט געגעבען אין די מתיבתא פרשת במדבר תש"ס אין ספה"ק אגרא דכלה די פייער בעל האט זיך צעקלינגען אין ס'האט געמאכט א שטארקע שטער אין מען האט געמיזט ענדיגען דעם שיעור ווייל די פייער לעשער זענען שוין אנגעקומען
דרך אגב דאס איז געווען פאר ער איז נישט געווען נכנע צום ברידער סאיז נאך געווען בחייו פון זיין טאטע
http://rapidshare.de/files/3363542/first_shier_of_rav_bz__in_mesivta_1.mp3.html
דריק אויפען לינק , scroll down ,, דריק אויף free scroll down ,,,ווארט א מינוט
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2005 20:40 |
|
| |
בפורום אחר, כתב ניק בשם *זאב58*, משהו מעניין בעניין המחלוקת. אני מצצט את זה כאן.
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=2&topic_id=1484199
מחלוקת איז אונזער שולד, נישט די שולד פון די רבי'ס. אז מיר וואלטען זיי איגנארירט וואלטען זיי נישט געהאט קיין שום כח.
דער בעש"ט האט איינגעפירט חסידות, אז א רבי איז א מורה דרך אין עבודת השם, היינט האלט מען שוין נישט ביי דעם איז דער רבי דער ראש פון די קהילה, אבער דעטס איט, דער חסיד דארף נישט זארגען אויפן רבינ'ס אויסערן פוליטיק, צו שטודירן ווי דער רבי שטייט אויף די ארענע.
עס איז היינט איינגעפירט אז מען זיצט און כולל, ליידער רעט מען אין די כוללים אדורך אלע חסידישע פוליטיקס גאנצע שעהן, איז דאס דען ריכטיג? פאר דעם דארפען די ווייבער לויפן און די ארבעט אז דער מאן זאל זיצען און מסביר זיין זיינע פוליטישע מיינונגען וועגן סאטמאר, באבוב, ווישניץ, בעלזא, עדה וכו'?
אז מען מאכט א שמחה זאל מען נישט רופן קיינע רבנים און שיינע אידן נאר פון די אייגענע קהילה אדער קרובים, מיט דעם וואס מען רופט די אלע שיינע אידן, און מען גיט זיי נאך א מתנה הגונה, מאכט מען אן אינדאסטרי פון שיינע אידן וואס זיי זיינען די טרעגער פון די אלע פאליטיקס. the carriers of this desease.
אויך האלט איך אז מען דארף אויפהערען צו ליינען די 3 ווילי צייטונגען, ווייל זיי רייסען ארויס די תמימות ביי אידן.
און היות חסידישע מחלוקת איז למעשה SPORTS זאלען עס עלטערען אזוי הענדלען, דהיינו נישט רעדען פון דעם ווען די קינדער הערען, און אויסלערנען קינדער אז דאס איז אסור ווי די ערגסטע עבירה.
עס איז אונזער שולד וואס מען פארסמאקעט זיך אין די מחלוקתן מען איז זייער נייגעריג, עס דארף זיין א "הבדלו" רוף פאר אלע בחורים און יונגעלייט פון חסידישע פאליטיק מען זאל נישט רעדען פון דעם.
וואס צונט דעם פייער? די נייגעריגע וואס לויפן פון 48 צו 45 הלוך וחזור, און מען האלט אין איין דורך רעדען ווער עס האט א גרעסערער עולם, ווען ר' ב"צ מענטשען וואלטן געבליבן זיצן און 48 און מ"ד און 45 וואלט נישט געווען אזוי פיל טומעל. אז די האלסט אז דיי רבי איז אקעי דאן זיץ איין, ווען די גייסט צום אנדערען גייסטו דאך נאר צו האבען סחורה פארן נעקסטען פאליטישען שמוס...
איך האב א מאל געפרעגט אן אהרוני, היות ביידע רבי'ס זיינען קינדער פונעם הייליגען רבין ר' משה וואס איז דיר א חילוק ווער עס איז רבי, אז די האסט ליב ר' אהרן זיי זיין חסיד און פערטיג? זאגט ער מיר אז עס האנדעלט זיך פון בנינים ווער 100 מיליאן דאלאר, זאג איך אים און די מיינסט אז ר' אהרן וועט באקומען די בנינים וועט ער דיר געבען א חלק?
די חסידישע מחלוקתן זיינען פריוואטע אינטערעסן פון א פאר מענטשען און זיי שלעפען אין דעם אריין דעם גאנצען עולם.
מען דארף אריינברענגען ערענסטקייט און די קינדער, און אין די בחורים, די פאליטישע שמוסן רייסען ארויס די ערענסטקייט און ווארעמקייט און תמימות, קוקט אויף די סטאלענער, אמונת ישראל, דוק ותמצא.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2005 19:32 |
|
| |
סים,
דו האזט מיר אויסגעכאפט די ווערטער פון מויל. ס'איז גרינג צו נעמן א טראגעדיא און אנווייזען אז א צווייטע האט דאס גורם געווען. דער חוב איז אויף יעדען איינעם באזינדער צו קוקען אויף זיך און זעהן וואס ער דארף מתקן זיין. וואס אינץ דארפען טוהן איז נישט מבזה זיין קיין שום יוד און בכלל נישט צוגיסען אויל צים פייער. לאמיר אלע שווייגען און ווארטען אויפ'ן פסק ב"ד.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2005 17:32 |
|
| |
איך שרייב מיינע ווערטער מיט שווערע געפילן, דאס הארץ קאכט, די אויגן זענען נאס, אין די ווערטער זענען צו ארעם.
אוי! מה היה לנו!
אזא מין משונה'דיגע טראגעדיע, וואס איז נאכנישט געהערט געווארן, א'חשובן טאטע זאל זיך אוועק רייסען אויפן וועג צום בר מצוה פון א'זוהן, אויף אזא טראגישע אופן, אין די מאמע נעבעך דארף גרויסע רחמי שמים.
הלא דבר הוא!
ערשט פאר א וואך צוריק האבן מיר געליטן פון אן שווערע טראגישע ידיעה, פון די פלוצימדיגע פטירה פון א'חשובן מאמע\פרוי, לאזנדיג 5 יתומים'לך, אין יעצט נאכאמאל עלה מות בחלונינו אויף אזא שווערע אופן.
מידת הדין מתוחה, דאס איז קלאר.
מיר שטיין דאך אין אנהיים פון ימי בין המצרים, וואס דער שטן מקטרג, אין ס'איז טעג וואס כלל ישראל האט שוין געליטן אין לייט עד היום הזה, וועגן דער חטא פון שנאת חינם.
לאמיר אלע אינאיינעם נעמן אויף זיך מרבה זיין אהבה צווישן אידישע קינדער, וואס לאחר ככלות הכל זענען אינזערע ברידער, אחים לדעה.
לאמיר אויף הערן מבזה זיין ערליכע אידן, לאמיר אויף הערן קאכן אין די ביטערע מחלוקת, סאיז נישט אונזערע עסק, ומינאי ומהם יתעלה עילאה.
דאס עצם צוויי קהילות איז נישט קיין מחלוקת כל זמן מ' איז נישט פוגע איינער אין צוויטען, אין נאך דערצו אז בית דין זיצט אין דן.
מחלוקת מיינט אז איינער לאכט אפ דעם צווייטן, מחלוקת מיינט אז איינער איז מבזה דער צווייטן, מחלוקת מיינט איינער וואס מאכט פירוד לבבות צווישן כשר'ע אידן.
מיר אלע קענען דאס אויף הערן, ונאמר למלאך המשחיתהטקסט שלך כאןהרף!הטקסט שלך כאן
ויה"ר שהקב"ה יאמר לצרותינו הטקסט שלך כאןהטקסט שלך כאןדי.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2005 17:06 |
|
| |
נעבעך, האטס מיטלייד מיטן הייליגן קב הישר, ער וואלגערט זיך אין קבר, פון די שפאס, בזיונות און ליצנות, מרדכי דוד טרייבט פון עם אפיציעל בריש גלי.
וויפיל פון זיינע חברה ווייסען נישט וועלכע זייט מען עפענט א יודיש ספר, און דא הייסט ער לערנען קב הישר.
גייטס לערנען די עשרת הדברות, דארט שטייט (זעהט אויס אז ענק אונגערס ווייסען נישט), "כבד את אביך ואת אמך" "לא תגנוב" "לא תענה" "לא תחמוד"...
דער פיקל האלט א דרשה אז מען דארף פאלגן דין תורה, "מען דארף אויך פאלגען די תורה אליינס", וואס דרייט ער א קאפ מיט'ן קב הישר.
חוץ מזה קען מען זען אז דער צבוע'ניק אונגער האט נאך קב הישר אין זיין לעבן נישט געלערנט, די קב הישר'ס פעיוואריט איז די צבוע'ניק (בלאפער בלע"ז), זיי וועלן שנעל איינזעהן די בלאף זיינע, "חוץ" אויב זיינע חסידים זענען אזוי מין קליינקעפיג אז זיי זענען פשוט בלינד.
ימים ידברו.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2005 16:21 |
|
| |
אהאהאהאהא
|
|
|
|
|