בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

בלעם'ס געסלעך אין קאנטרי אויסצומיידן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/7/2005 22:50 לינק ישיר 
בלעם'ס געסלעך אין קאנטרי אויסצומיידן

אין די קאנטרי פארט מען זייער אסאך אויף שמאלע בלעם'ס געסלעך


אזוי קליין ווי די מאה שערים'דיגע געסאלאך


יעדעסס שטעגל און געסל איז א טו וועי סטריט

מען זעהט נישט אסאך מאל אז אקעגנדיגער מאשין קומט



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2005 18:03 לינק ישיר 

נישט כדאי יעדע אשכול אריינצושלעפן אין פאליטיק. מ'מעג ענטפערן, רעאגירן, אבער צום ענין. עס איז אפשר טאקע נישט כדאי ארויסצושרייבן די אלע פלעצער משום הרחק מן הכיעור. אבער וואס מ'דארף געדענקן: אז דער רבוש"ע איז אויך אויף די בערג, און מ'דארף גוט פארדייען די "לעבעדיגע מוסר דרשות" וואס מיר האבן באקומען מן השמים, מיט די אלע אומגליקן רח"ל. און יעדער זאל זיך פארבעסערן מיט אלע ענינים, דער אויבערשטער זאל טרייסטן די אלע צובראכענע הערצער, און עס זאל זיך נאר הערן בשורות טובות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2005 08:39 לינק ישיר 

אהריוועקי דערמאנט מיך פון ש"ב מרגליות פון דער בלאט סטייל פון מוסרן דער עולם.

ער שטעלט עס אהער ווי פרומקייט אבער דערווייל וויל ער דעם עולם שיקן צו דעי פלעצער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2005 08:04 לינק ישיר 


הערטס אויף צו רעדן דערפון!

עס ברענגט מיר מחשבות זרות.

פאריגע וואך מיט די דרשה און יעצט מיט דעם. גענוג!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2005 07:45 לינק ישיר 

Just tell everyone, whydontcha. Bande meshiguim



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2005 04:07 לינק ישיר 

אויך ביי סאוט פאלסבורג ממש פאר די געשעפטן הייבן זיך אן, ביים גאז סטעישן איז א פלאץ ווי מען טאר זיך נישט אפשטעלען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2005 04:05 לינק ישיר 

ווי מיינסטו ביי טיבערג"ס גראסערי?.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2005 02:50 לינק ישיר 

בעסער נישט לייגען
כשם שמקבל שכר על הדרישה כך תקבל שכר על הפרישה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2005 02:36 לינק ישיר 

אז מען רעדט שוין פון בלעם'ס געסלעך, איז כדאי אנצוצייכענען אן אנדערע סארט פון בלעם'ס געסלעך.

דאס איז דער "אלקיהם של אלו שונא זימה הוא".

באמת איז אוי לי אם אומר וכו', אבער רבי יוחנן פסק'נט דאך שוין אז "צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם".

איך פערזענליך ווייס פון עטליכע פלעצער, וואו עס איז אומגעוואונטשן זיך צו דרייען, ספעציעל ביינאכט.

איינס איז שטארק באקאנט ליידער, דאס איז ביי די וואודבארן געשעפטן, בעיקר מוצאי שבת, וואס איינער וואס גייט אהין איז צריך בדיקה אחריו.

אויך איז פאראן א פלאץ אויפן 55 אין סוואן לעיק (אביסל פאר פאפא מיידל קעמפ), ביים דריי וואו עס געפינען זיך די געשעפטן (און וואו מען פארט אויף סקווירא קעמפ), וואס ביינאכט איז דארט שטארק נישט כדאי אפילו נאר אדורכצופארן.

ווער עס ווייסט נאך זאל ביטע ארויפלייגן, כדי דער ציבור זאל זיין געווארנט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/7/2005 23:21 לינק ישיר 

די צװײ גרויסע און שרעקליכע עקסידענטס פון לעצטע װאך זענען געשען אויף רוט 17 און אויף רוט 42 װאס זענען ברייט און גרויס נישט שמאל און געשלענגלט.
א קאר איז אייביג א סכנה מען דארף אייביג זיין פארזיכטיג און האבן סייעתא דשמיא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/7/2005 22:56 לינק ישיר 

ווי אזוי אכטונג צו געבן נישט צו קומען צו א העדאן קאליזשאן ח"ו



ווען מען פארט צו סאטמער יונגל קעמפ דורכן שארט קאט

קומט מען אן צו א געסל וואס איז האלב פון א ONE LANE ברידש
אין דרך לפנות ימין ושמאל


ווער רעדט נאך ווען דו טרעפסט זיך אן מיט שארמאשער באס אדער מיט א UPS טראק



איין עצה זאגן תהילים מיט תפלת הדרך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > בלעם'ס געסלעך אין קאנטרי אויסצומיידן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext