| נשלח ב-27/7/2005 17:42 |
|
| |
א בעל הבית'ישע בליק אויף א רבי'שע מחלוקת
איך בעט רשות פון די מנהלים, צו באשטימען א באזונדערן אשכול, טראץ וואס ס'איז נוגע די פאליטיק העומדת על הפרק.
איך וויל פרובירן צו געבן אן אנדערן בליק אויף די פאסירונגען, מיט'ן איבערטייטשן די מחלוקת פון א רביש'ן הויף, צו א בעלת הבית'ישע משפחה.
באמערקונג: די נעמען זענען נאר פאר אילוסטראציע.
וואס וואלט איר געזאגט צו אזא מעשה
א וועלט בארימטע פילאנטראפ און עושר אדיר (לאמיר איהם רופן) ר' לייבוש ליפא בערגמאן, וועלכער האט פינף זוהן און פיר טעכטער, איז שוין אויף די עלטערע יארן, זיין גאנץ לעבן האט ער ליעב געהאט אלע זיינע קינדער גלייך, און זיי ארויסגעהאלפן, זיי אריינגעשטעלט אין ברענטשעס פון זיין וועלט פארצווייגטע גאלד-האנדל ביזנעס, און זיי זענען געווען לשם ולתפארת ווי שיין מען לעבט אינאיינעם, און מען טיילט צדקה א.א.וו.
ויהי היום, האבן 2 פון ר' לייבוש ליפא'ס קינדער, לאמיר זיי רופען, חיים משה און געציל, זיך איבערגעקליגט אויף די אנדערע קינדער, און ס'איז זיי געלונגן אז אין טאטענ'ס קאפ איז אריין - אדער זאגן זיי נאר אזוי - אז נאר זיי צוויי זענען איהם געטריי, די אנדערע קינדער זענען נישט אזוי געטריי, און דער טאטע ווארפט זיי ארויס פון די ביזנעס, פון איין טאג אויפ'ן צווייטן, און אסר'ט זיי דריסת הרגל ביי איהם אין הויז.
זעענדיג אז די צוויי ברודער האבן זיי גוטע צוגעפיקסט, און נישט האבענדיג קיין אנדערע אויסוואהל, ווילן זיי גיין צו דין תורה,(אדער בלית ברירה אז די ברודער האבן צו גוטע קאנעקשאנס מיט אלע רבנים - צו ערכאות) און נעמן אן עיקול, אפצושטעלן די 2 באנדיטן פון אוועק גנבנ'ען אלעס פון זיי .
אבער די צוויי ברודער הייבן באלד אויף א ויצעקו פון געוואלד כיבוד אב מען רופט דעם טאטן צו דין תורה אדער ערכאות רחמנא לצלן, יזדעזע הארץ ומלואה, די געפילן זענען ווי אפגעשטארבן און די חושים זענעם פארטעמפ פון די גרויסע עזות, און אלץ קנס הערט דער טאטע אויף גיין צן זייערע שמחות, ער לאזט זיי נישט אריין איו שטוב, צוליב זייער געוואלדיגע חוצפה.........
אצינד, טראץ וואס איר קענט דעם נמשל ממילא איז אייך שווער צו טראכטן אויפריכטיג, אבער שטרענגט אייך אן און טראכט באמת וואס וואלט איר געהאלטן אויף אזא פאל
און דאס איז נישט סתם א משל, די מעשה האט שוין פאסירט - מיט געוויסע פרטים אנדערש - מערערע מאל ביי היימישע משפחות. און טראץ וואס לפנים משורת הדין, צו מקיים זיין כיבוד אב דאורייתא מיט מסירת נפש, קען זיין די קינדער דארפן אלעס פארשווייגן, ווייס איך נישט וויפיל קינדער זיי וואלט דאס געטוהן
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2005 17:52 |
|
| |
לא בויואל משה רק במכתבים
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2005 15:12 |
|
| |
סמי:
היות שבדרך כלל אתה מהגולשים השפויים על כן אענה לך בקצרה.
(קודם כל, מה זה כיעור ???)
נניח שיש כאן בכלל תביעה בערכאות, אך על מה לדעתך נוצר ענין של "היתר בית דין" על הליכה לערכאות, אם לא לעת הזאת ?
אדרבא, תן עצה, מה הי' להם לעשות ?
לילך לדין תורה לריח"מ פר"מ, שכבר הביע דעתו כמה פעמים בנידון דידן ???
הגאון האדיר ר' משה שטערנבוך (לא דעת בעל הבית...) אמר, שאם לא היו מניחים אותו ליכנס לאמו, הוא הי' קורא את המשטרה !
ולילך לערכאות עם מי שמסרב לבא לדין תורה, אינו חילול השם רק קידוש השם !
וכ"כ בפירוש רביה"ק זי"ע בויואל משה.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2005 07:49 |
|
| |
13הופער סט.
חגיגה ה: כיון שאבדה עצה מבנים נסרחה חכמתם של אומות העולם
אין אידיש טייטש: יא ! וויבאלד די זאלמונים האבן נישט וואס צו ענטפערן, איז נסרחה חכמתם של....
=======
אינטערעסאנט און גאר אינטערעסאנט צו הערן ווי זיי שרייען: דער "משל" שטימט נישט..!!!
אוי !! געפערליך'ע חברה דאס...!!
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2005 06:16 |
|
| |
אינגערמאן
דיין משל פעלט איין נקודה פין די מעשה.
די מעשה וואס וואלט געווען מער דומה צום נמשל, איז אז מר בערגמאן איז געווארען צוגרעדט פין די אינגערע קינדער אז ער זאל נישט געבען קיין פי שנים צום בכור, און די טעכטער זענען געקומען צום טאטען און אים צוגערעדט ער זאל זיי פארשרייבען א גלייכע חלק אין די ירושה מיט די זוהן,
דער בכור האלט עס נישט אויס, און ווערט ווילד, גייט צו דין תורה ערכאות וכו'.
ווער נישט ווילד, האסט דיין חלק, האלט דיך דערמיט, דארפסט טאקע האבען אלעס?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2005 04:23 |
|
| |
מען דארף דן זיין וואס איז א גרעסערער חילול ה' וואס טוט זיך אין דער איד צו וואס מען טוט פארן סאטמארער רבי.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2005 04:03 |
|
| |
סעמי
האסט א טעות, די ביסט א נארמאלער גולש אין קיינער וועט דיך נישט חושד זיין אז די ביסט ח"ו יוסף 90
יעצט אז איך האב דיר געגעבען א קאמפלימענט מעג איך מיר ערלויבען דיר זאגען אז ווען די האסט געשריבען אביע את דעתי, "דעת בעל הבית" בקצרה.
האב איך קודם געמיינט אז די שרייבסט "דעת בעל הבית הקצרה"
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2005 03:25 |
|
| |
זשוליאני 08.
איזה קרים טשיז אכל הקעניג מהמשל שלך?
אני מקווה שלא של מהדרין......
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2005 03:18 |
|
| |
מחמת הרחק מן הכיעור,
אביע את דעתי, "דעת בעל הבית" בקצרה.
עם כל ההבנה על הצער והעגמת נפש, שאותה פרשה עגומה גורמת למשפחה הנכבדה , לדעתי זה לא מצדיק הליכה בערכאות.
כין אין הצר שווה בנזק החילול השם (גם שם סאטמאר ) הגדול שיצמח מזה. אפילו נגיד שבסוף הם יזכו בערכאות, מ"מ גדול הפסדה משכרה!
כמובן שזאת דעתי האישית, דעת "בעל הבית" (שכלל לא בטוח שבמקרה הזאת, זה היפך "דעת תורה")
יאללה. עכשיו תגידו שאני זאלוני שעובד ב"דער איד" . ושסעמי זה בסך הכל עוד ניק של יוסף 90....
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2005 00:27 |
|
| |
אינגערמאן !!!
האסטי באמערקט אז קיין איין איינציגער זאלי האט דיר נישט גענטפערט, וואס זאלען זיי ענטפערען אויף דעם ? ווען זיי האבען נישט וואס צי ענטפערען ווערען זיי פארשווינדען אדער הייבען זיי אהן מיט קללות
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2005 23:30 |
|
| |
ייש"כ פאר די אלע וואס האבן לכה"פ "פארשטאנען" וואס כ'שרייב, נישט קיין נפק"מ צו וועלכע צד איר באלאנגט.
און צו די אנדערע זאג איך ווי מ'זאגט אין אידיש
never mind forget about it
ס'איז סתם א שאד די צייט צו פארברענגן מיט אייך, אז איר פארשטייט נישט וואס מען רעדט מיט אייך.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2005 23:27 |
|
| |
איך בין אויך מסכים מיט יעדעס ווארט.
ווען נישט די פארשאלטענע פאליטיק, וואלט נישט געווען קיין איין נארמאלער מענטש וואס זאל אנדערש האלטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2005 23:24 |
|
| |
איך ווייס נישט וואס מ'וויל פון דעם אינגערמאן'ס לעבן, זיין משל איז 100% פרא-אהרונים, איך עגרי מיט יעדעס ווארט!
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2005 23:19 |
|
| |
אינגערמאן.
* 1) דיין משל, רעדט נישט פון א אלטן טאטן, וואס איז ליידער נישט ביים דעת.
* 2) דיין משל רעדט נישט אז די קינדער האבן אפגעריסן דעם טאטן און לאזן אים נישט קומען צו שמחות.
* 3) דיין משל רעדט נישט אז מ'פירט אוועק דעם טאטן, און מ'לאזט נישט א יתומה זיך בענטשן ביים זיידן.
* 4) דיין משל רעדט נישט אז דער קינד וואס איז א משתלט, נעמט דעם טאטענס שונאים, פירט טיש פורים אויפ'ן טאטענס פלאץ, און מ'מאכט דארט קאלט ליצנות פון טאטן, און דער זון (נועם המידות) קאטשעט זיך פאר געלעכטער.
* 5) דיין משל רעדט נישט ווען אלע בילדער צייגן ווי דער אלטער טאטע האבן ליב דעם זון (מרוחק) אהבת נפש ממש, און בעט זיך אז מ'זאל אים געבן א בענקל... מ'גיט דאך נישט, הייבט זיך דער אלטער טאטע אויף פאר אים.
* 6) דיין משל רעדט נישט, ווען דער טאטע ליגט אין שפיטאל, און דער זון וואס איז מרוחק קומט אים מבקר חולה זיין, און די אנדערע קינדער (משתלטים) נעמען זיך שרייען מיט קולי קולות קעגן דעם זון בנוכח פונעם טאטן דער פאציענט.
זיי מוחל, מאך א נייעם משל, מיט די אלע 6 פונקטן
נאכדעם וועלן מיר דיר געבן א 
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2005 23:12 |
|
| |
אינגערמאן
פיין אין וואויל אבער מסירות נפש דארף מען האבען פאר כיבוד אב ואם אין טין כל טצדקי דאס אפצושטעלן.
ניין דער וואס פארשווייגט טוט נישט קיין כיבוד אב דאורייתא מיט מסירת נפש.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2005 21:56 |
|
| |
ער איז א .... ער כאפט עס נישט
פאר די חכמים וואס האבן נישט פארשטאנען מיין ערשטע תגובה אין דעם אשכול, איך האב געשריבן א נייטראלע תגובה אבער דאך מער נוטה צו דעם צד אז 2 ברודער האבן זיך משתלט געווען אויפ'ן טאטן און אויף די משפחה.
|
|
|
|
|