בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

גענעראל פארזאמלונג - אהרונים בני ברק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/7/2005 00:05 לינק ישיר 
גענעראל פארזאמלונג - אהרונים בני ברק

טרעקטער שרייבט:

דרשת הגאון הראש הכולל שליט"א בבני ברק


א העריכע דרשה איז היינט געזאגט געווארן אין ביהמ"ד הגדול אין בני ברק דורך הרב הגאון ר' נפתלי הירצקא צוויבעל שליט"א.

יוסף90 שרייבט:
ששון אין בני ברק


די אהרונים האבן פאררופן א גענאראל פארזאמלונג אין ביהמ"ד אין שיכון קרית יואל און בני ברק.

די אהרונים האבן געארדעט אלע בחורי חמד דישיבה קטנה אין ישיבה גדולה, אין די ונגעלייט צו זיין ביי די אסיפה.

ר' אלישע הורוויץ איז אנטלאפן היינט צופרי אין האט מורא געהאט צו אויפטרעטן מיט א דרשה.

ר' הירצקא צוויבל האט אויפגעטראטן ביי די אסיפה, אין יצחק בראך דער מנהל פון קינדער גארטן.

אינמיטן האט געקראכט די לעקטער אין עס איז נישט געווען נאנט צו א האלבע שעה לעקטער, און די אסיפה איז געשלאסן געוווארן,


די בריונים האבן אריינגעבראכן אינעם "מלון בני ברק" וועלכע געפונט זיך דערנעבן ממש, אין האבן אנגעהויבן צו וואנדאליזירן כל הבא לידם, ווייל זיי האבן געהאלטן אז פון דארטן קומט די לעקטער קראך.

דער גאנצער ציבור איז ארויס אין גאס אין שיכון אין האבן אנגעהויבן שרייען, און שעלטן קללות אבער די אסיפה איז געקראכט געווארן.

פאליציי איז אלארמירט געווארן אין די בריונים זענען שנעל ארויסגעלאפן.

רב צוויבל האט געהאט שרעקליכע בזיונות נוראות

ווער האט געגלייבט אז און די שטאט בני ברק ביי די באזע פון טעהראן האט מען געקענט קראכן זייער אסיפה.

britolam שרייבט:
יוסף

זיי מיר מוחל אבער דאס איז א נחמת שוטים, לאמיר זען נעם ארויס אין ביד"ץ א בריוו.

קראכן לעקטער האט מען שוין געקראכט פאר רז"ל אין בארא פארק.

BIG DEAL

סימןטוב שרייבט:
וואס איז דער חידוש? כ'האב ביז היינט געוואוסט צו זאגן פון דעם בן תשעים דא אויף הייד פארק אז די זאלונים זענען באלעבאס אין בני ברק.
א חידוש איז אז די ארונים האבן זיך געטרויט צו מאכן א גענעראל פארזאמלונג אין שונא'ס טעריטאריע...

יוסף90 שרייבט:
פאקט בלייבט פאקט.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2005 01:38 לינק ישיר 

ר' יעקב ראטה איז אויך א חבר הבד"ץ ?

אדער האט עס גאר ר' טובי' פון אים באקומען ?

אויב יא, בין איך זיכער אז אויך מעלת כבוד תורתו האט דעם בריוו, און איר האט זיכער געזען די שארפע לשונות...

(לויט מיין אינפארמאציע, ליגט דער בריוו נאר ביי ר' יעקב ראטה, און ביי ר' טובי'.

און דעם בריוו האט מען נאר "געוואלט" אונטערשרייבן (נישט יעדער, אבער דו ווייסט וואס כ'מיין...

נאך מער, איך מיין אז ר' יעקב ראטה האט באקומען דעם בריוו פונעם זעלבן פלאץ וואו מען האט געמאכט דעם גרויסן פאשקעוויל וואס מען האט אויפגעהאנגען אין היידפארק...)

תוקן על ידי - זאליweaky - 28/07/2005 1:39:44



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2005 01:37 לינק ישיר 

דער "גר צדק" פון 37 יאר צוריק, וויל קלאגן מיט מיליאנען אויף הוצאת דיבה, איך פערזענדליך בין שוין מוחה דער ערשטער אויפן חטא פון אל תפנו אל האלילים, ווער נאך רבותי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2005 01:35 לינק ישיר 

דער בריוו ליגט ביי ר' טובי' און ביי ר' מאיר בראנסדארפער און ביי ר' יעקב ראטה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2005 01:32 לינק ישיר 

יוסף.

כדי אונז נישט צו האלטן אין דער פינסטער (פארט גוטע פריינט).

אפשר טוסטו אונז א טובה, און דו שרייבסט אראפ עטליכע פון די שארפע לשונות ???

אזוי וועסטו אויפבויען א שטארקן קרעדיט, אז מען וועט וויסן פון היינט און ווייטער ווי שטארק צו גלייבן דיינע מעשיות...

(אז דו ווילסט דוקא, שרייב עס אין דיין פריוואטן פארום...)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2005 01:26 לינק ישיר 

מי יודע האם הגאון הגדול הרב הצדיק חסידא ופרישא בעל "אמרי יואל" שליט"א חתם על האיסור, נגד נכדי הגה"ק בעל ברך משה שליט"א??? קשה לי הדבר לחכות עד למחד לדעת האם נדפס איזה איסור ממנו בהעיתון הידוע שנקנה בכסף מלא מהרב רוזמרין ז"ל על ידי הגה"צ מראצפערט זצ"ל-כאשר כל ההשתלשלות הי' נדפס בשעתו בהעיתון "די תורה וועלט" עליו השלום



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2005 01:25 לינק ישיר 

אויב וועט מייזליש נישט אונטערשרייבן מארגן נאכט, וועט ערשיינען דעם שארפן בריוו, ווי עס שטייט געפערליכע אזהרות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2005 01:22 לינק ישיר 

נארישקייטן.

אסיפה אהער, אסיפה אהין.

וואו איז דער בריוו ???

כ'דארף שוין נישט קיין בריוו פון בי"ד (איך האב פארט א הארץ).

אבער וואו איז דער בריוו פון רח"צ מייזליש אז ער ציט צוריק ???

צו איז די אסיפה אין בני ברק פארגעקומען אקעגן דעם ווילן פון ר' חיים הערש ???

צו האבן דאס די זאלי'ס אנגעפירט ???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2005 01:19 לינק ישיר 

גענימען פון א אנדערע פורום געשריבן דורך jhhoruyr


איך האב יעצט אראפגעלייגט די טלפון מיט א בני ברקער.

1. קיין איינציגער בחור איז נישט געווען ביי די אסיפה
2. ר' אלישע האראוויטץ איז נישט אנטלאפן ער האט געדארפט וויכטיג אהיים פארן וועגן ביזנעס און ער האט פארלאזט בני ברק האלבער 10 אזייגער
(דרך אגב ער איז געווען היינט אין ירושלים אגאנצן טאג ביי די רבנים חברי הבדץ)
3. ס'האט נישט גענומען קיין גאנצע צווי מינוט ביז ס'האט זיך צוריק אנגעצונדן די לעקטער
4. די אסיפה איז נישט דעמלט געשלאסן געווארן ווייל ס'האט פאסירט נאך פאר ווען הרב ר' הערצקע האט בכלל אנגעפאנגען מיט זיי דרשה
5. צוויי אינגעלייט זענען אראפ אין האטעל וואס פון דארט האט מען דאס אפגעהאקט און געסטראשעט מרדכי ווייס (ביזדערוויל מענעדזשער פונעם זאל ביז זיין טאג גייט קומען און ער וועט פליען פון דארט) אז אויב געט ער נישט די שליסלעך פון די טויער דרייט מען אים איבער די גאנצע האטעל ער איז נעבעך בלאס געווארן ווי די וואנט און שיעור נישט געכאפט אן הארצעטאק זיין ווייב האט געדארפט ברענגען שנעל א גלאז ווייסער ער זאל צו זיך קומען
ביז דעווייל זענען די אינגעלייט שוין לאנג נישט דארט געווען מיט די שליסלעך אין זייערע הענט און שנעל צוריק אנגעצינדן די לעקטער.
6. קיין איין איינציגער פאליצאנט האט זיך נישט אנגעזעהן היינט אין שיכון סאטמאר אין בני ברק
7. אזויוי אין האטעל איז דא פאטאגראפיע מאשינען און מ'קען זעהן יעדע מינוט וואס ס'טוט זיך דארט זענען אפאר אינגעלייט אריין אין האטעל נאך די אסיפה און געבעטן פאר מרדכי ווייס ער זאל זיי אין דע מינוט ארייננעמען אין די שטוב ווי מ'קען זען די ווידיאו פון די לעצטע צוויי שעה בקיצור...
אויב איך וועל וויסן מער פרטים וועל איך ווייטער שרייבן.
און צו דיר יאסעלע גיי לייג דיך שלאפן און חלום נישט הויעך...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2005 00:40 לינק ישיר 

וועם שעלטען זיי? און פארוואס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2005 00:29 לינק ישיר 

די אהרונים פירן איצט קיפקעס אין שיכון און שעלטן קללות נמרצות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > גענעראל פארזאמלונג - אהרונים בני ברק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext