שרעקליכע אכזריות אין באבוב
ניין, נישט אין 45 אדער אין 48, נאר דא אין דעם פורום 'באבוב'!
אין פסוק שטייט ואם תלכו עמי קרי וגו' ויספתי עליכם מכה וגו'. פשט דערפון איז אז אויב קומען צרות אויף א מענטש, וכ"ש אויף א ציבור, און מען בארעכענט זיך נישט צוליב וואס דאס איז געקומען, אויב מאכט מען נישט קיין חשבון הנפש על מה עשה ה' ככה און מען זאגט אז עס איז געוועהן א מקרה (ואם תלכו עמי קרי) ווערט ח"ו מקוים דעם אף אני אלך עמכם בחמת קרי. דער אויבישטער שיקט אראפ נאך גרעסערע צרות און געבט גרעסערע קלעפ רח"ל.
מת אחד מן החבורה ידאגו כל החבורה. עס איז ליידער געשעהן אזא מורא'דיגע טראגעדיע - א יוד אויפען וועג צום זוהן'ס בר מצוה ה"י. א מאמע וואס איז נאך אין א שווערע מצב. א שנה ראשונה יונגערמאן וואס וועט זיך שוין נישט קענען דארכרעדן מיטען טאטן. א בר מצוה בחור'ל וואס מוז וועט שוין נישט הערן דעם ברוך שפטרני. שוין דעם ערשטן טאג נאכן בר מצוה דארף ער דאווענען פארן עמוד און זאגען קדיש. א פיצל קינד וואס וועט קיינמאל נישט קענען דעם טאטען. און דא אין פורום גייט מען ווייטער אהן מיט אלע נערישע קריגערייען. קיינער פאלט אפי' נישט איין אז דא מיינט מען עפעס. איז דען דא א גרעסערע אכזריות פון דעם? מען האט נישט קיין רחמנות אויף זיך, אויף די קינדער, אויף די חברים און אויף די גאנצע חבורה.
עס איז דא א טייטש פונעם מיטעלע רב זי"ע אויפן פסוק אין משלי (כ"ז י"ב) ואם תכתוש את האויל במכתש בתוך הריפות בעלי לא תסור מעליו אולתו וגו'.
ד.מ. טאמער וועט מען צושטויסען א נער אין א שטייסל צוזאמען מיט די תבואה וועט זיך נישט אפטוהן פון איהם זיין טפשות.
פרעגט דער קדו"צ פארוואס עפעס דארף מען איהם צושטויסען צוזאמען מיט די תבואה, וואס וואלט געוועהן שלעכט ווען עס שטייט ואם תכתוש את האויל במכתש לא תסור מעליו אולתו? וואס פעלט אויס דעם בתוך הריפות בעלי?
ענטפערט ער אז ווען מען צושטויסט א נער סתם אזוי וואלט ער זיך אפשר יא עפעס אפגעלערנט. דא איז אבער דער פראבלעם אז עס צוזאמען מיט די תבואה, רעדט זיך דער נער איין אז מען מיינט גארנישט איהם, מען מיינט די תבואה - ער איז נישט מער ווי בטעות אריינגעפאלען. ער טראכט ביי זיך 'איך בין אינגאנצען אומשולדיג, מען מיינט גארנישט מיר'. דאס איז דער טעות פונעם אויל. בתוך הריפות בעלי. מען מיינט אינגאנצען א צווייטען.
אחים יקרים, מען צושטויסט אונז מיט שווערע קלעפ. לא'מיר נישט זיין ווי דער נער וואס רעדט זיך איין אז דאס מיינט נישט איהם. ענדערש לא'מיר זיך פון דעם אפלערנען וועט עס כאטש זיין א טובת נשמה פאר ר' פסח'ן ע"ה. למען ה', לא'מיר אויפהערן צו באשמוצען און באליידיגען איינער די צווייטע. זאל דער פורום נאר זיין אויף צו פאמפען די אייגענע חסידות און נישט אויף צו קלאפען דעם צווייטענ'ס.
איך בין זיך דא פונה צו חסידי באבוב בפרט, הערטס אויף צו שרייבען שמוץ אויף רב"צ. לאטס אפ מיט די אלע נעמען און באשמוצען וכדו'. מען קען רואיגערהייט פאמפען אונזער חסידות אהן צו שרייבען שמוץ אויף זיי. און אפי' אויב זיי וועלן שרייבען שמוץ אויף אונז און באטיטלען רבינו שליט"א בכל מיני שמות הנרדפים, לא'מיר זיך איינהאלטען פון צוריק רופען נעמען.
אין דעם זכות זאל מען זוכה זיין צום יבולע המות לנצח ומחה ה' דמעה מעל כל פנים.
 |
|
|