הערטס די דרשה פון ר' אלטר משה גאלדבערגער שליט"א
ארשיווער רב
ער רעדט פאר 1 און א האלב שעה אויף זיין האט ליין
הדור האחרון פונקטליך על מה עשה השם ככה
נשלח ב-31/7/2005 08:58
ajew
ליידער ליידער האבען די פאסיווע גולשים יא פארשטאנען דיין געדאנק.
עס איז ליידער נישט דא וואס מוסיף צו זיין נאר יעדער זיין תיקון המעשים.
נשלח ב-31/7/2005 01:38
במחילת כבודכם, אבער איך מיין אז עטס (די וואס האבען מגיב געוועהן) האבען נישט פארשטאנען דעם געדאנק. די אלע תגובות זענען געוועהן בבחינת 'בתוך הריפות בעלי', אלעס זענען 'זיי' שולדיג, אונז זע'מער די אומשולדיגע קרבנות וואס זענען בטעות אריינגעפאלען. אין דעם ליגט דער גאנצע בראך. יעדער דארף פאר זיך מאכען דעם חשבון בשלי הסערה, וואס קען איך מתקן זיין. טאמער וועט יעדער פאר זיך מאכען דעם חשבון וועט שוין מילא דער גאנצע וועלט ווערן מתוקן.
נשלח ב-29/7/2005 22:36
איך גלייב אז דער מענדלאוויטש, שלמה פעדער'ס איידעם, ווייסט ווער עס איז שולדיג, אבער איך ווייס פון א גמרא וואס זאגט: "אם ראית צרות רבות שבאו על ישראל, צא ובדוק בדייני ישראל", וד"ל.
נשלח ב-29/7/2005 22:22
קל אדון על כל המעשים-איז דער תירוץ אויף אלע קשיות
נשלח ב-29/7/2005 20:01
רבותי!
גענוג געווען!
מיר זענען פליישיגע מענטשן וואס ווייסן נישט וואס עס טוט זיך אין הימל.
זאל מיך קיינער נישט חושד זיין אז איך מיין דא מיין צד.
ביי די פרשה מיט הרב גלאנץ'ס זון בין איך געווען דער ערשטער וואס האט געבעטן אז מען זאל ח"ו דאס נישט אריינמישן אין די מחלוקה.
זאל יעדער איינער דאס גוט נעמען אין קאפ אריין: דאס קען ח"ו פאסירן ביי יעדן!!!!
שפילט אייך נישט מיט קיין פייער! יעדעס ווארט איז רציחה און שפיכות דמים!!!!
חכמים הזהרו בדבריכם!!!!
נשלח ב-29/7/2005 19:12
מלוה_מלכה
איך וויל נישט חס וחלילא קאלט מיין דיין גיטע קבלה
דער באשעפער זאל העלפן אז עס זאל אנהאלטן ווי לענגער פאר דיר אין פאר אנדערע אויך
איך שטיץ עס אין איך בין עס מחזק וגם אני מצרף
איך וויל נאר זאלסט פארשטיין נישט די קארט איז דאס וואס מאכט די מחלוקת
אין אויב מען איז איז אריין אין קארט בהיתר איז עס נישט קיין שום עוולא עס איז נישט קיין שום פארבלעם
עס איז מיר א פלא פארוואס יעדער זאלי שפרינגט גלייך אויף אין נעמט זיך שרייען קארט
ניין נישט די קארט איז די סיבה פין די מחלוקה
די סיבה פין די מחלוקה איז ווייל עס איז דא אפאר עושה מעשה רשע באוצטלא דרבנן וואס גייען נישט צי דין תורה אין שלעפן אוועק א זיידן פין שמחות פין איינקליך וכלו
איך בין נישט אין הימל, אין איך בין ח"ו קיינעם נישט דן עס איז זיכער מען דארף מפשפש במעשים זיין נאר אויב די זאגסט די אלע סיבות איז מחלוקת איז כדאי זאלסט וויסן אז נישט די קארט מאכט די מחלוקת אין שריי נישט קארט
נשלח ב-29/7/2005 19:03
האסט ארויבגעברענגט א נקודה. און א גוטן דערהער.
איך בין נישט אין הימל, קוים דא אויף דער ערד, אבער בלינד דארף מען זיין אדער א כופר נישט צו כאפן וואס מען וויל פון אונז.
וואו מען גייט אין שטייט הערט מען שמועסן פון צוויי זאכן, אדער פון די קאורט אדער פון א נפטר\ת ל"ע. פארוואס פאלט קיינעם נישט ביי אז "רעד נישט פון דעם וועסטו נישט דארפן רעדן פון דעם"??!
אויב דאס עצם גיין אין קאורט איז א חילול שם שמים נורא ואיום, איז דאס נאך פילפאכיג ווען ס'האנדלט זיך פון א קהילה אדירה ונפוצה ברחבי תבל. און במקום שיש חילול השם אין חולקין כבוד לרב!.