בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

דרשות / מחאות פון גדולי ישראל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/8/2005 05:54 לינק ישיר 
דרשות / מחאות פון גדולי ישראל

אזוי ווי מערערע אשכולות ווערן געעפנט איבער די נושא די לעצטע צוויי טעג
וועל איך זיי אלע אריינשטעלן דא, און יעדער זאל גרינג געפינען דעם גדול וועמען ער זיכט.

קרן התורה שרייבט: ווינער רב זאגט דרשת התעוררות
קרןהתורה13

דער ווינער רב האט געזאגט א דרשת התעוררות, און זיך אויסגערעדט דאס הארץ פארוואס צייטונגען שרייבן פון מחלוקת.


4:59 נשלח ב 1/8/2005 חלילה_וחס

ווען האט ער גערעדט? וואו האט ער גערעדט? און פארוואס האט ער גערעדט?


5:8 נשלח ב 1/8/2005 פייפער

ער האט אויך מוחה געווען

לייג צו נאך איינעם צו די ליסטע פון "מוחה" אני לפניך...


5:10 נשלח ב 1/8/2005 קרןהתורה13

איך ווייס נישט אויב ער האט מוחה געווען צי נישט, און ס'איז ביי מיר איין נפקא-מינא.

ער איז אבער דאך א גרויסער פיגור ווייל דער מעכטיגער היתר פון פינף יאר ערכאות של עכו"ם וחילול שם שמים ליגט דאך ביי אים אין לעדל, סאו מאך אים נישט אוועק מיט איין האנט.


5:13 נשלח ב 1/8/2005 געזעגענען

ער האט מסתמא געליינט אויף היידפארק דעם בריוו קעגן "איד" און "בלאט", האט ער געטראפן וויאזוי מוחה צו זיין און יוצא צו זיין די וועלט...

כנלענ"ד ודו"ק כי נכון הוא.


5:16 נשלח ב 1/8/2005 קרןהתורה13

דא קען מען שוין נישט שרייבן קיין נארמאלע נייעס?

איינער זאגט מיר אז ווינער רב האט גערעדט א דרשת התעוררות און זיך אפגערעדט פארוואס מען שרייבט וועגן מחלוקת אין די צייטונגען און עס שאדט פאר די קינדער אינעם חינוך. ווער רעדט פון מוחה זיין?

חלילה_וחס, די דרשה איז געווען אין סאוט פאלסבורג, אזוי האב איך געהערט.


5:27 נשלח ב 1/8/2005 getme

קרןהתורה13

דארפסט פארשטיין, אז ווען אימער א ארקענטער רב בישראל שטעלט זיך אויף רעדן קעגן מחלוקת איז עס א קלאפ פאר זלמן לייב

ווייל ער מיט זיינע דיינים דרייען אן די גרעסטע מחלוקת בדורינו מיטן נישט וועלן גיין צי דין תורה ווי א אידיש קינד דארף זיך פירן

ווען מען רעדט קעגן מחלוקת, רעדטט מען קעגן זלמן לייב טייטלבוים


תוקן על ידי - allnewspic - 02/08/2005 2:12:38



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/8/2005 06:52 לינק ישיר 

וואס איז מיט די חברי הבד"ץ?

זיי זענען דאך די איינציגע וואס האבען געהערט דעם קעיס.


קיינער פון זיי איז נישט מוחה אויף

1]קאורט
2]נישט אריין לאזען א זין צום טאטן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2005 02:11 לינק ישיר 

אויסשווארץ שרייבט:
הרב ראזענבלום זאגט דרשת התעוררות בבכיות


אויסשווארץ

ער האט ממש געשריגן מיט בכיות, ווער עס איז דארט זאל איבערגעבן


5:5 נשלח ב 1/8/2005 פייפער

יא בכיות נוראות א געוואלדיגער התעוררות און א ריזן עולם


ער האט נישט דערמאנט בכלל דעם סאטמאר אישוי און נישט מוחה געווען


פארוואס זאג איך דאס ווייל באלד וועלן זיי קומען און זאגן אז ער האט יא מוחה געווען


עס איז נאך דא מנהיגי הדור וואס סאטמאר איטרעסירט זיי גאנץ קנאפ




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2005 02:12 לינק ישיר 

יוסף90 שרייבט: דברי מחאה פון הגי"ד שלעזינגער פון מאנסי

יוסף90
איך הער אז אויך הגאון המשפיע הנודע רבי ישראל דוד שלעזינגער שליט"א פון מאנסי האט פארגאנגעם שבת פר' מטות אויפגעטראטן מיט גאר א שארפע דרשה קעגן די נבלה אשר נעשתה ע"י בני הר' אהרן טייטלבוים ובני הר' בעריש מייזליש.

ווייסט איינער פרטים זאל ער ביטע פאוסטן.


2:15 נשלח ב 1/8/2005 איחודמעמבר

כ'האף אז הרב שלעזיגנער איז גערישט אז די אהרונים גייען אים דא באשמירן כאחד הריקים...


2:23 נשלח ב 1/8/2005 אזלא_גרש

שקר וכזב!!

איך בין געווען דארט און ער האט בכלל נישט דערמאנט די ווארט סאטמאר, ער האט גערעדט וועגן מחלוקת וואס גייט פאר היינטיגע דור און וועלכע צרות און מגיפות עס ברענגט אראפ אויף די וועלט,
ער האט געזאגט אז מען דארף זיין בלינד אז מען מיינט אז סמיינט נישט זיך און מען טאר זיך נישט אריינצימישען,




2:29 נשלח ב 1/8/2005 יוסף90

אז עס איז נישט אמת איז נישט

איך האב נאר געברענגט א באריכט וואס איך האב באקומען


2:32 נשלח ב 1/8/2005 ווארהייט

אויב מחלוקת האט ער זיכער געמיינט די אהרונים

ווייל די זאלונים זענען געבויעט אויף שלום פאר שלום מיט שלום

די זאלי'ס פראקטיצירן שלום רעדן שלום שרייען שלום

ממילא קען מען נישט מיינען די זאלי'ס

אלא מאי, אייביג מיינט מען יענעם


2:36 נשלח ב 1/8/2005 יוסף90

ווארהייט

ווען די זאגסט גוט קומט זיך דיר א קאמפלימענט.


2:58 נשלח ב 1/8/2005 getme


איך וויל דערמאנענן פארן עולם , עיקר שכחתי

די אלע וואס ווילן יעצט איינרעדן פארן עולם אז דער רבי האט געוואלט זרלן געדענקן די דרשה פין

עיקר שכחתי






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2005 02:19 לינק ישיר 

עס זאגט מיר איינער אז שבת האט אהרן מוחה געווען ביי ס"ג, קעגן די "פרעמדע" רבנים וועלכע מישן זיך אריין אין אינערליכע פריוואטע "משפחה" אנגעלגענהייטן.

איז עס אמת?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2005 19:01 לינק ישיר 

יוסף

יא ס'איז אמת איך בין דארט געווען אין עס געהערט מפה קדשו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/8/2005 22:36 לינק ישיר 


ווייסעקיטל שרייבט:

דרשת התעוררות ראדני און הופפער


22:23 נשלח ב 3/8/2005 ווייסעקיטל

אזוי ווי יעדע מיטוואך וועט היינט נאכט אויך פארקומען א דרשה אין ראדני סטריט ווי עס וועט אויפטרעטן הגה"צ אדמו"ר מבורשטין שליט"א.

אין הופפער סטריט וועט פארקומען א סעודת הילולא לעי"נ מרן בעל ישמח משה זי"ע ווי עס וועט אויפטרעטן הגה"צ רבי העניך אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד אבני צדק אין קרית יואל


אזוי אויך וועט מען מארגן זאגן תהילים אין ביהמ"ד הגדול אויף ראדני און אויך אין ביהמ"ד המפואר אין הופפער





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/8/2005 16:40 לינק ישיר 

יוסף90 שרייבט:
מחאה פון אלכסנדר ראש ישיבה


20:8 נשלח ב 7/8/2005 יוסף90

ווייסט איינער צו הגה"צ ראש ישיבת אלכסנדר שליט"א האט נעכטן געלאזט הערן שארפע דברי מחאה קעגן די הליכה לערכאות קעגן מרן רבינו מסאטמאר שליט"א.

ווייסט איינער איינצעלהייטן ? אויב עס איז בכלל דא?


20:11 נשלח ב 7/8/2005 באטרא

ווער איז דער אלכסנדר ראש ישיבה?

איז ער דער מחותן פון הגה"צ ר' דוד מייזליש שליט"א סאטמארער מאנטריאל'ער רב?


20:15 נשלח ב 7/8/2005 שלוםצאידען

יוסלע 90

מה עניין שמיטה להר סני ?



זאלשויןזייןשלום


20:28 נשלח ב 7/8/2005 יוסף90

שלוםציאידן

איך פארשטיי נישט וואס די פרעגסט?


21:8 נשלח ב 7/8/2005 yankees

אין ראדני איז געווען א צעטל אז ער האט גערעדט קעגן עירוב און געשאלטן אז לדעתו וועט נישט סטאפן די שרעקליכע טראגעדיעס ווילאנג יודן וועלן טראגן בפרהסיא מיטן עירוב אין ווילאמסבורג.

וועגן ערכאות פון סאטמער איז נישט געשטאנען קיין ווארט. אפשר איז דאס אויף א צווייטע צעטל.

ווער ער איז בכלל איז זייער אומבאקאנט פארן עולם. און ווי ער קומט צו סאטמער איז נאך מער אינטערעסאנט. אבער נאכן ליינען זיינע טויטע קללות אויף יודישע קינדער, פארשטייט מען שוין אביסל די סיבה דערפון.

צו שעלטן דארף מען קומען אין שעלט-הויז. די קאמפעני האט געטראפן א פיינע ארבעטער.


21:24 נשלח ב 7/8/2005 יוסף90

אבער ווער זענען יא זענען די גדולי ישראל בדורינו

ש. ז.
א. ס.
י. ה. ס.

תוקן על ידי - jewboy - 07/08/2005 21:26:19


21:27 נשלח ב 7/8/2005 ליכטיג

ניין אלקסנדר ראש ישיבה


21:28 נשלח ב 7/8/2005 יוסף90

זאבל
סופר
סימאן
די דריי גדולי ופוסקי הדור, וועלכע האבן באקריגן "יורה יורה" ביי כ"ק מרן קודש הקדשים גאב"ד קרית יואל שליט"א


22:30 נשלח ב 7/8/2005 שלוםצאידען

יוסף90

מיין שאלה איז לגבי אלכסנדר און סאטמאר פון פןלין אזש ביז קיין ראמעניע. אין פאר וועמען קען דאס האבען א השפעה,? און וועמען וויל ער משפיע זיין מיט א מחאה?. מילא אז די זאגסט אז אלכסאנדר ראש הישיבה איז מחאה אויף א יעדע איינציגע איד וואס גייט אריין אין קארט איז פיין אין ווויל, אבער דא דייקא סאטמאר, דאס איז מיין שאלה מה עניין שמיטה להר סיני ?


23:4 נשלח ב 7/8/2005 קרןהתורה13

ווי איך הער איז ער א מחותן מיטן סאטמארער רבי'ן שליט"א, שפירט ער א קירבות צו סאטמאר און ער האט מוחה געווען אויפ'ן חילול שם שמים והליכה בערכאות


23:13 נשלח ב 7/8/2005 שלוםצאידען

אה , האט ער אויך מחאה געווען אויפען כבוד פון זיין מחותן ווען איינער האט געזאגט אויף עם כומעני פאר די מידיע\ראדיא\פרעס ?


23:18 נשלח ב 7/8/2005 שלוםצאידען

עס איז אינטערסאנט אויב אויפ'ן חילול שם שמים והליכה בערכאות, פון אנדערע קרייזען און פון אנדערע אידען, ברויך מען זיך נישט אננעמען ? ב ק י צ ר ווען יא און ווען נישט ווען איז יא א הסתר פנים און ווען נישט ?


23:33 נשלח ב 7/8/2005 יוסף90

ווי איז נאך געווען אזא חילול ד' ווי עס האט פאסירט ליידער ביי אונז אין סאטמאר?

אה?


23:46 נשלח ב 7/8/2005 שלוםצאידען

אפשר און תלדות א"ר א"י. באבוב. וויזניץ. בעלז\בעלזא און פאר ווער עס געדענקט נאך מונקטש\בעלזא אין בכלל מונקטש אינדערהיים איון סקאמער אינדערהיים. איך מיין אז איך בין שוין מקטרג אויף אידען לאמיך שוין אויפהערען אין די ניין טעג


6:49 נשלח ב 8/8/2005 באראפארקער

פאר דער וואס ווייסט נישט,
דער אלכסנדר ראש ישיבה איז א ליטוואק, וואס גייט אין די שיטה פין די ר' משה, די אורים ותומים כלשונו, און רעדט גאר שטארק קעגען עירובין.

אין די ערשטע צייטען ווען ער האט געהאלטען א דרשה קעגען מונקאטשער, האט ער געמאכט א געפעהרליכער טעות אין זיין דרשה וועגען ירושלים צו דלתותיה נעולין בלילה.

נאך דעם האט ער ארויס געגעבען א בריוו וואס ער בעט איבער דער מונקאטשער, און שרייבט אז ער האט נישט געוויסט אז ער גייט אין די שיטה פין מנחת אלעזר.

זעהט אויס אז יעצט איז ער צוריק אין ביזנעס.






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/8/2005 16:49 לינק ישיר 

און "דער איד" איז ערשיינען די וואך אז אויך הגה"צ המפורסם רבי שמואל דוד ליכטער שליט"א אבדק"ק כוונת הלךב האט אויפגעטרעטן קעגן די ערכאות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/8/2005 16:56 לינק ישיר 

ווארהייט שרייבט:
וועט סאטמר-מאנסיער רב מוחה זיין היינט?


2:52 נשלח ב 5/8/2005 ווארהייט

אין דער איד שטייט אז היינט דאנערשטאג מסעי גייט זיין אן אסיפת התעוררות אין מאנסי סאטמאר

ווי ר' חיים יושע, ר' משה גרין און ר' מנחם פישער וועלן אויפטרעטן,

עס וועט זיין אינטערעסאנט, אויב ר' חיים יושע וועט אריינלייגן די אנדערע רבנים אין א פלאנטער, בפרט אויב ער וועט רעדן פאר זיי

וועלן מיר זעהן וואס וועט געשעהן


2:59 נשלח ב 5/8/2005 יוסף90

ווארהייט פלאנט שוין צו שרייבן זיינע גמויזעכטץ ווי פאלגענד:

"נידערלאגע פאר זאלי'ס חיים יהושע נישט מוחה".

היי ווער זאגט אז ער האט געפלאנט צו מוחה זיין, דאס וועט ער קיינמאל נישט שרייבן.




3:2 נשלח ב 5/8/2005 מענדלדרעי

יוסף שרייבט נישט אויף ווארהייט צו פארדעקען דיינע בזיונות.

די האסט געשריבען נעכטען עתידות, אין ביסט געבליבען אש אין פארך.

יעצט גיי מאך 10 נייע אשכולות צו פארדעקן דיין חרפה.


3:3 נשלח ב 5/8/2005 ווארהייט

יוסעלע גוט צוגעטראפן

ר' חיים יושע, דער צאדיק הרב זלמןלייב, משה פראדלזאהן, יוסף 90 אלע ווייסט איר, אז רופן "קלאגן דעם רבין דעם נשיא" איז די ערשטע מאל אין היסטאריע, ווי ר' חיים יושע האט שוין מיט - קראקאדיל - טרערן אזוי שיין ארויסגעברענגט

נו, אז נאך אזויפיל צרות מאכט מען א יום תפלה, ווי קען זיין אז מען זאל רעדן פון אלע ארומיגע קלענערע פראבלעמען און דעם "גרעסטן" פראבלעם זאל מען אויסלאזן

בפרט אז די דרשה גייט זיין, אין סאטמאר שוהל, און טאג פון ישמח משה זצ"ל דער גרויסער מוכיח יארצייט, נו, ווי קען זיין אז מען זאל נישט רעדן דערפון

נאר וואס דען, זיי אליין גלייבן אויך נישט דערמיט, פאר פאליטיק איז עס גוט, פאר רביסטיווע איז עס גוט, זיך צו דעקן די אומדערהערטע רשעות איז עס גוט, אבער ווען מען וויל "אמת'דיג" זאגן מוסר, איז שוין עפעס אנדער

תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 05/08/2005 3:08:59


3:7 נשלח ב 5/8/2005 יוסף90

די רעדסט שטותים, אז ר' חיים יושע האט שוין מוחה געווען פאר צווי וואכן ס"ג, פארוואזס דארף ער רעדן נאכאמאל.




3:8 נשלח ב 5/8/2005 צודערזאך

אלטס א סאטמאר'ער מבטן ומלידה, און אלטס א תושב מאנסי, און מיטן נאנטן קאנטאקט מיט'ן רב ר' חיים יושע, קען איך נאר זאגן אז ס'קוקט נישט אויס אז ער וועט דא מוחה זיין, נאכן זיך באדויערן און קלאפן זיך, און זיך רייסן דעם האר פון קאפ פארוואס ער איז דער "איינציגסטער" וואס האט געדארפט טוהן אזא שריט.

אוודאי ווייס איך נישט וואס דא אויף הייד-פארק וועט זיך אויסקאכן, אבער, מיינע מאנסי אידעלעך, די גבאים און משמשים בקודש דאהי, וועלן דאס באשטעטיגן אויף קראנט!

דרך אגב: איך טרוי מיך נישט צו זאגן קיין הסברים אויף קיין פאקטן, אבער פאקט איז: אז הרב חיים יושע האט די וואך צובאקומען א גוטע צען ווייסע האר אין די בארד!

לאכטס, שמייכלטס און זינגטס, אדרבה, ער לעבט און ער גייט באלד אויפטרעטן, ווען איר גייט דורך זאגן א גוטע נאכט באטראכט אים!!

ווי האט אונזער רבי אין קרית יואל געזאגט: לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי!!


3:9 נשלח ב 5/8/2005 ווארהייט

וועגען דעם איז גענוג, אז עס איז געשטאנען אין דער איד, אז מען גייט אין ראדני רעדן יום ד' פרשת מסעי,

ווען למעשה האט מען נישט גערעדט א ווארט דערפון

ווען למעשה ווייסט נישט דער איד פרשת מסעי פון דעם אסיפת התעוררות אין ביהמ"ד

און אלץ ווען די אומדערהערטער עוולה גייט אן, מיט די צוריקצוה פון איין תובע,

וועגן דעם איז די עדה אויך שטיל, ווייל עס איז שוין גוט

ווי קלוג קען מען ווערן,


3:17 נשלח ב 5/8/2005 יוסף90

ווארהייט מיט זיינע מילי דמיטב פשטלעך

עס הייסט נישט אז ר' חיים יושע גייט רעדן איבער דעם ענין, ווייל ער האט שוין מוחה געווען, און פארקויף נישט דיין טיפשות ברבים.



וואס יא!

אהרן טייטלבוים האט באפאלן ר' חיים יושע'ס גבאי ר' אברהם שלום מענדלאוויטש, אין האט עם געזאגט אויף ר' חיים יושע'ס דרשה שב"ק פנחס "עס וועט עם אלעס אהיים קומען, מ'וועט עם נישט פארשוויגן"


3:19 נשלח ב 5/8/2005 צודערזאך

יוסף90, ווי וואונסטו? איך קען דיר זאגן ר' א.ש.מ. האט זיך מיט'ן קרית יואל'ער רב נישט געטראפן די לעצטע האלבע יאר.

אפשר אין רחוב יואל ביי די מחאה פאריגע וואך... דארט ווייס איך שוין נישט וואס ס'איז פארגעגאנגן...


3:20 נשלח ב 5/8/2005 יוסף90

ווי מ'האט מיר דערציילט, איז ער געווען די וואך און קרית יואל


3:21 נשלח ב 5/8/2005 צודערזאך

ביי די גראסערי וואס פארקויפט "דער איד"?


3:25 נשלח ב 5/8/2005 יוסף90

נישט קיין חילוק א ווי.


3:36 נשלח ב 5/8/2005 Lumber

יוסף,

קרית יואל'ער רב געפינט זיך שוין נישט אין ק"י באלד 2 וואכן!


3:39 נשלח ב 5/8/2005 יוסף90

עפעס די וואךמ איז ער אהיים געקומען אויף א טאג, אזוי האב איך געהערט


6:3 נשלח ב 5/8/2005 סימןטוב

יוסעלע זיסער, בעסער שווייג שטיל, פרוביר נישט ווייטער צו ספינען, ווייל דו ווערסט נאר מער פארפלאנטערט.
נעקסטיים בעפאר דו פאבריצירסט א געשיכטע, מאך אביסל "ריסוירטש" צי די פאקטן ארום "קענען" שטימען.


6:16 נשלח ב 5/8/2005 גאסט

ער דארף 10 שקרים צו פארענטפערן זיין ערשטער שקר.

יוסעלע קענסט דיר גרינגער מאכן און זיין א מודה על האמת. אבער איך ערווארט עס נישט פון דיר.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > דרשות / מחאות פון גדולי ישראל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext