בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

פעטיציע צו די צייטונגען קעגן פוליטיק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/8/2005 06:09 לינק ישיר 
פעטיציע צו די צייטונגען קעגן פוליטיק

א פאראייניגטע פעטיציע, א וויי געשריי, און א בקשה, צו די א.ג. חרדיש'ע צייטונגען, איד, בלאט, צייטונג א.א.וו. זאלן נישט דרוקן די פאליטיק ארטיקלן און בריוון, אדער כאטש נישט אין די געהעריגע אויסגאבע, נאר צושטעלן באזונדערע ביילאגעס פאר דעם, מען זאל קענען ארויסנעמען, און ווארפן אין מיסט, צו פארמיידן דאס אריינברענגן געצווינגערהייט די פאליטיק אין א אידישע שטוב, וואו דאס איז סם פאר די חינוך..



יעדער וואס שטיצט דאס ווערט געבעטן צו אונטערשרייבן.

עס איז נישט קיין סוד אז די שרייבערס פון אלע צייטונגען דרייען זיך דא, אלזא ביטע נעמט אן אונזער וויי געשריי


תוקן על ידי - אינגערמאן - 01/08/2005 6:09:29



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/8/2005 05:02 לינק ישיר 

עס האט באמת נישט קיין טעם די שמוץ.

יזכר לטוב דער בלאט וואס האט אהער געזטעלט זייער קעפל די וואך פאזיטיוו, כאטש די שמוץ זאל נישט שטינקען ברשות הרבים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/8/2005 21:35 לינק ישיר 

ביטע ממשיך זיין דעם שמועס דא:

http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1497529&whichpage=1

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1497529&whichpage=1



בהוקרה,
דזשיד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/8/2005 21:16 לינק ישיר 

קענסט נישט פאדערן ביי די צוויי צייטונגען וואס האלטען יעצט אינמיטען א שווערע מערכה אויפצו-געבען זייער שופר אין נישט ניצען אלע געווער.

בפרט וועון ביזנעסווייז פארקויפט זיך יעצט זיכער בעסער ווי א גאנץ יאר, פונקט ווי שאולזון פלעגט גוט פארקויפען

וואס דען איך מיין אז יעצט איז די צייט פאר א אנדערער צייטונג אריינצושפרינגען פאר די טויזענטער פאסיווע ליינער וואס פאליטיק אינטערסירט זי בכלל נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/8/2005 21:00 לינק ישיר 

צו אויפפרישן די שאלה נאך די אלע תגובות אינדערמיט,

ווער ס'שטיצט דעם געדאנק אז דער איד - דער בלאט - די צייטונג זאלן נישט דרוקן די פאליטיק אין די ראמען פון דעם ווענכטליכן צייטונג, (העכסטענס זאל דאס זיין א ביילאגע וואס מ'קען ארויסווארפן אויב מ'וויל דאס נישט אריינברעגן אין שטוב) זאל אונטערשרייבן די פעטיציע.

איך אונטערגעשריבענער בעט און פארלאנג פון די חשוב'ע רעדאקציעס, נישט צו דריקן די פאליטיק אין די ראמען פונעם צייטונג!

א דאנק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/8/2005 20:42 לינק ישיר 

מה ענין ת. המיטה אצל הר סיני, צו איך בין א זאלי אדער אן אהרוני אדער גאר א ציוניסט צו א מעכליסט.

ס'איז דא צווישן ענק אזעלכע וואס קענען נישט ארויסקוקן פון די פארבלענדעטע אויגן פון זיין צד.

דער פאקט איז, ראז ס'איז נאך קיינמאל נישט געווען ביי דעם מצב וואס ס'איז יעצט, טראץ וואס ס'פלעגט אלת זיין שטעך ווערטער אריינגעשמירט צווישן די ארטיקלן, בריוון וואס חזוקן אפ, און אפענער בריוון, האט מען דאך געשריבן מער אין א בחינה פון מגלה טפח ומכסה טפחיים, און די קינדער און בני בית האבן נישט געכאפט יעדעס פאליטיק ווארט וואס ליגט באהאלטן דערין, נאר די וואס ליגן אין דעם און האלטן דאס מיט.

די לעצעטע צוויי וואכן, האט מען אויסגעטוהן די זיידענע הענטשוך, און די הויזן, און ס'האט זיך אנגעהויבן א געהערידעג חיים שאולזאהן שפראך, און יא דער איד האט איבערגעשטיגן מיט'ן אוועק געבן שרייענדיג קאלירדיגע העדליינס צו אטאקירן דעם צווייטן צד, וואס דער בלאט האט נאכנישט געטוהן, נאר זיך צו הייבן, אבער נישט צו אטאקירן יענעם (פארריכט מיך אויב כ'האב א טעות).

און יעדעס חדר אינגל, און נאיווער אשת חיל, וואס גיט נאר איין בליק, זעהט באלד דאס גאנצער גרויליגקייט מיט'ן אמת'ער פרצוף.
דאס איז נישט "איין" שריט ווייטער ווי ביז היינט, דאס איז פארגעריקט טויזענט שריט.
דאס איז א חורבן פאר'ן חינוך
און איך בין נישט געקומען פארטיידיגן דער בלאט אויך נישט, ס'איז ריכטיג אז דער בלאט הארנ אנגעהויבן ביי די מערכה, כאטש ס'איז געווען מער צווישן די שורות, ווי אפענערהייט.

מיין רוף איז צו "אלע" צייטונגן, שטיפט אונז נישט אריין די פאליטיק אין פנים אריין, עס זענען דא אידן וואס ווילן נישט אריינברענגן די פאליטיק אין הויז, אוו זיי לאזן נישט רעדן פאליטיק אינדערהיים. פארוואס זאלן זיי זיי געצווינגען דערצו.

און איך טו ווידערהאלן, אז איך ווייס א פאקט, פון צענדליגער ערליכע אינגעלייט וואס האבן נישט געקויפט קיין איד-בלאט די וואך, אדער נאר די צייטונג, אדער גארנישט, און זיי וועלן דאס אנהאלטן, און ס'וועט וואקסן די וואס טוען דאס.

ווייל ס'איז נאך דא נארמאלע מענטשן אויף די וועלט וואס טראכטן אנדערש ווי טייל פון די נארישע הייד-פארק שרייבער דא, וואס מיינען אז מיט אפאר בייסיגע געטייפטע ווערטער אין א אשכול געווינען זיי א מערכה. און זיי וועלן אויף איין פאל נישט מודה זיין, ווען זיי זענען נישט גערעכט.

יעצט, שיסט מיך צוריק אז איר ווילט!

אהרוני, זאלי, כ'ווייס שוין אליין נישט וואס כ'בין לשיטתכם - אפשר בין איך גאר א.מ.ג. מארשיווע, ווער ווייסט




תוקן על ידי - אינגערמאן - 01/08/2005 21:03:09



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/8/2005 17:08 לינק ישיר 

ווען דו ענטפערסט צו דער זאך איז א נחת צו רעדן מיט דיר...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/8/2005 16:56 לינק ישיר 

וואס קען איך דיר טאן אז טייל אהרונים שרייען

טייל אהרונים שרייען אויך אז עס דא אן היתר בי"ד, נו

זיי שרייען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/8/2005 16:53 לינק ישיר 

יוסף.

תיקון טעות.

טייל אהרונים שרייען שוין דא א לאנגע צייט אז אינגערמאן איז א זאלי...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/8/2005 16:47 לינק ישיר 

אינגערמאן

איך פארשטיי גוט דיינע ווערטער, ווען די אהרונים כאפן אין "איד" שוק על ירך, דעמאלץ הייבט איר אן תשובה טאן אין רעדן פון נישט ליינען צייטונגען חודש אלול בפתח מיט אלע אנדערע ווערטער.

עס איז צו פארשטיין אייער דעפרעסיע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/8/2005 11:29 לינק ישיר 

יעצט אז די ארטיסטן ציען זיך אריין אין אונזער געגנט דארפן מיר זארגען אז עס וועט זיך זיי פארגלוסטן צו קויפן אונזערע צייטונגען אין זיך אויסלערנען דאס צו ליינען.

וויי וועט אוזז זיין ווען זיי וועלען געוויר ווערען אויף וואס פאר א נידריגע סאציאלע דרגה מיר שטייען, אז זיי וועלן שפעטער שרייבען א בוך און דערציילען די וועלט מיט וואס דער עם הנבחר איז פארנומען. ג-ט זאל א ודאי אפהיטן.

איז נאך דא ביי אונץ א זעלכע וואס האבען נאך בושה ? זעלבסט רעספעקט ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/8/2005 08:10 לינק ישיר 

The Next Holocaust will be in the Zechus of the Daily Satmar "MEsirus" and other jUS udcial system Dirty Machlokes.
Remember if you are one of those who will live to
tell your children
Hashem Yishmireinu....

תוקן על ידי - knowit_all - 01/08/2005 8:10:24



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/8/2005 07:47 לינק ישיר 

אינגערמאן, עס לוינט זיך נישט.

נעכטן שרייט איינער אז דו ביזט א זאלי, היינט ווערסטו גאר באשולדיגט אז דו ביזט א אהרוני...

לענינינו.

דער בלאט האט שוין לאנג צוריק געהאט געמאלדן פאר דער איד, אז זיי זענען גרייט אונטערצושרייבן א "פאקט" אז ביידע זאלן נישט שרייבן קיין שמוץ.

און ווילאנג דו וועסט נישט קענען פועל'ן ביי ביידע אז מען זאל נישט שרייבן איינער אויפן צווייטן, וועט דאס אנהאלטן.

(און מיר ביידע ווייסן, אז אין פאקט ברענגט דאס נאר קאסטומער'ס און נישט פארקערט...).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/8/2005 07:25 לינק ישיר 

אינגערמאן, וואס האסטו זיך אויפגעוועקט?

פינף יאר וואס דער בלאט איז שוין א שמוץ-צייטונג, און אינגאנצן צוויי וואכן וואס דער איד ענטפערט זיי אין פינטל. ביזטו פלוצלינג געווארן ערנסט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/8/2005 06:46 לינק ישיר 

מיין טאטע האט פארציילט אז די וואך האט ער נישט געקויפט די צייטונגען ווייל עס זענען געווען קינדער אין שטוב, האט עס נישט געהאט דארט דאס פלאץ.

איך מיין אז יעצט איז א צייט ווען אלבערט פרידמאן קען זיך בויען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/8/2005 06:37 לינק ישיר 

אינגערמאן, כ'זעה אז די ביסט ברוגז אויף דער איד און דער בלאט.

פארוואס נישט אויף די נייעס באריכט.

דער בלאט האט גארנישט געשריבן קיין געמיינע זאכן די וואך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > פעטיציע צו די צייטונגען קעגן פוליטיק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext