בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

פעטיציע צו די צייטונגען קעגן פוליטיק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/8/2005 20:42 לינק ישיר 

מה ענין ת. המיטה אצל הר סיני, צו איך בין א זאלי אדער אן אהרוני אדער גאר א ציוניסט צו א מעכליסט.

ס'איז דא צווישן ענק אזעלכע וואס קענען נישט ארויסקוקן פון די פארבלענדעטע אויגן פון זיין צד.

דער פאקט איז, ראז ס'איז נאך קיינמאל נישט געווען ביי דעם מצב וואס ס'איז יעצט, טראץ וואס ס'פלעגט אלת זיין שטעך ווערטער אריינגעשמירט צווישן די ארטיקלן, בריוון וואס חזוקן אפ, און אפענער בריוון, האט מען דאך געשריבן מער אין א בחינה פון מגלה טפח ומכסה טפחיים, און די קינדער און בני בית האבן נישט געכאפט יעדעס פאליטיק ווארט וואס ליגט באהאלטן דערין, נאר די וואס ליגן אין דעם און האלטן דאס מיט.

די לעצעטע צוויי וואכן, האט מען אויסגעטוהן די זיידענע הענטשוך, און די הויזן, און ס'האט זיך אנגעהויבן א געהערידעג חיים שאולזאהן שפראך, און יא דער איד האט איבערגעשטיגן מיט'ן אוועק געבן שרייענדיג קאלירדיגע העדליינס צו אטאקירן דעם צווייטן צד, וואס דער בלאט האט נאכנישט געטוהן, נאר זיך צו הייבן, אבער נישט צו אטאקירן יענעם (פארריכט מיך אויב כ'האב א טעות).

און יעדעס חדר אינגל, און נאיווער אשת חיל, וואס גיט נאר איין בליק, זעהט באלד דאס גאנצער גרויליגקייט מיט'ן אמת'ער פרצוף.
דאס איז נישט "איין" שריט ווייטער ווי ביז היינט, דאס איז פארגעריקט טויזענט שריט.
דאס איז א חורבן פאר'ן חינוך
און איך בין נישט געקומען פארטיידיגן דער בלאט אויך נישט, ס'איז ריכטיג אז דער בלאט הארנ אנגעהויבן ביי די מערכה, כאטש ס'איז געווען מער צווישן די שורות, ווי אפענערהייט.

מיין רוף איז צו "אלע" צייטונגן, שטיפט אונז נישט אריין די פאליטיק אין פנים אריין, עס זענען דא אידן וואס ווילן נישט אריינברענגן די פאליטיק אין הויז, אוו זיי לאזן נישט רעדן פאליטיק אינדערהיים. פארוואס זאלן זיי זיי געצווינגען דערצו.

און איך טו ווידערהאלן, אז איך ווייס א פאקט, פון צענדליגער ערליכע אינגעלייט וואס האבן נישט געקויפט קיין איד-בלאט די וואך, אדער נאר די צייטונג, אדער גארנישט, און זיי וועלן דאס אנהאלטן, און ס'וועט וואקסן די וואס טוען דאס.

ווייל ס'איז נאך דא נארמאלע מענטשן אויף די וועלט וואס טראכטן אנדערש ווי טייל פון די נארישע הייד-פארק שרייבער דא, וואס מיינען אז מיט אפאר בייסיגע געטייפטע ווערטער אין א אשכול געווינען זיי א מערכה. און זיי וועלן אויף איין פאל נישט מודה זיין, ווען זיי זענען נישט גערעכט.

יעצט, שיסט מיך צוריק אז איר ווילט!

אהרוני, זאלי, כ'ווייס שוין אליין נישט וואס כ'בין לשיטתכם - אפשר בין איך גאר א.מ.ג. מארשיווע, ווער ווייסט




תוקן על ידי - אינגערמאן - 01/08/2005 21:03:09



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/8/2005 21:00 לינק ישיר 

צו אויפפרישן די שאלה נאך די אלע תגובות אינדערמיט,

ווער ס'שטיצט דעם געדאנק אז דער איד - דער בלאט - די צייטונג זאלן נישט דרוקן די פאליטיק אין די ראמען פון דעם ווענכטליכן צייטונג, (העכסטענס זאל דאס זיין א ביילאגע וואס מ'קען ארויסווארפן אויב מ'וויל דאס נישט אריינברעגן אין שטוב) זאל אונטערשרייבן די פעטיציע.

איך אונטערגעשריבענער בעט און פארלאנג פון די חשוב'ע רעדאקציעס, נישט צו דריקן די פאליטיק אין די ראמען פונעם צייטונג!

א דאנק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/8/2005 21:16 לינק ישיר 

קענסט נישט פאדערן ביי די צוויי צייטונגען וואס האלטען יעצט אינמיטען א שווערע מערכה אויפצו-געבען זייער שופר אין נישט ניצען אלע געווער.

בפרט וועון ביזנעסווייז פארקויפט זיך יעצט זיכער בעסער ווי א גאנץ יאר, פונקט ווי שאולזון פלעגט גוט פארקויפען

וואס דען איך מיין אז יעצט איז די צייט פאר א אנדערער צייטונג אריינצושפרינגען פאר די טויזענטער פאסיווע ליינער וואס פאליטיק אינטערסירט זי בכלל נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/8/2005 21:35 לינק ישיר 

ביטע ממשיך זיין דעם שמועס דא:

http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1497529&whichpage=1

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1497529&whichpage=1



בהוקרה,
דזשיד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/8/2005 05:02 לינק ישיר 

עס האט באמת נישט קיין טעם די שמוץ.

יזכר לטוב דער בלאט וואס האט אהער געזטעלט זייער קעפל די וואך פאזיטיוו, כאטש די שמוץ זאל נישט שטינקען ברשות הרבים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > פעטיציע צו די צייטונגען קעגן פוליטיק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.