בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אידישע צייטונגען = תועלת לכלל ישראל?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/8/2005 21:32 לינק ישיר 
אידישע צייטונגען = תועלת לכלל ישראל?


ב"ה א גרויסע חלק פון כלל ישראל האט זוכה געוועהן לעצטענס טועם צו זיין דעם זיסען טעם פון פאליטיק\מחלוקת\לה"ר\וכו'.

יעדער איינער וואס איז פארוויקעלט אין עפעס א פאליטישע פרשה, האט ב"ה פון ווי צו נעמען זיין נייעס, היידפארק\מקוה\ביהמ"ד בשעת קריה"ת\קאווע שטיבעל\רעקארד\וכו'.

אויך, איז כמעט יעדער וואס איז פארוויקעלט אין די ענינים, גאנץ ווייניג אינטערעסירט אז דאס זאל זיין דער טעמע ביים שבת טיש, ס'איז פשוט א נושא וואס געוועהנליך טוט עס וויי, מ'זיכט ממעט צו זיין אין איבער קייען די זעלביגע נושאים צעהן מאל,

סוף סוף, אולי יחוס וירחם, און דער פינטעלע איד וואס ליגט אין מיר, וועט מיר לאזען זיך בארואיגען פון מיין כעס, און אפשר וועל איך לייכטער קענען קומען צו א פארשטענדעניש מיט מיין (בעזרהי"ת נאר צייטווייליגער) שונא.

חוץ פון דעם, איז נישט יעדער אייניג מיט מיינונג אז מיינע ב"ב מיט קליינע קינדערלעך דארפען ליגען אין א יעדער שטיקעל צואה וואס איך האב מחליט געוועהן אראפ צו שלינגען....

איז אלזא, שטעלט זיך דער פראגע אזוי, איז דער יעצטיגער צורה פון "אונזערע" צייטונגען, ווי אזוי "די" ווילסט דער צייטונג זאל אויס זעהן?

איז דאס דער צייטונגען וואס אבותינו ורבותינו האבען אונז געזוכט אהער צו שטעלען, כדי מיר זאלען חלילה נישט נכשל ווערען און קויפען א טיימס?

ווען איר ליינט ווען א טיימס פון דושקא צו דושקא, וועט איר דען עובר זיין אויף מער איסורים, ווי מיט קויפען "אונזערע" אידישע צייטונגען?

איך פערזענליך, האלט אז "אונזערע" צייטונגען, זענען שמוציג נישט פון נעכטען, אבער עכ"פ יעצט אז ס'סראחעט מיט אזא פעסטקייט, איז דען דא אין דעם א צד ספק?

יעדער ווערט געבעטען אריין צו שטעלען דא זיינע מיינונגען, ווי אזוי ער וואלט געוואלט א צייטונג וואס ער נעמט אין שטוב אריין זאל אויס זעהן.

**מודעה רבה פאר אלע מגיבים**


מיר בעטען אייך


האט רחמנות, און לאזט אדורך א אשכול אהן אריין מישען פאליטיק.

מיר זיכען דא צו הערען פון אלע צדדים (אהרונים\זאלונים\48\45) אין דער נושא, אבער נישט קיין פאליטישע מיינונגען, ווי אלמשל, "גוט האט דער איד געטוהן", "דער בלאט מאכט דאס שוין יארען" "נאר יעצט וועקט ער זיך אויף" וכו' וכו'

איך מיין אז אויף דעם איז דא גענוג אשכולות, לאמיר פרואווען אהער צו שטעלען עפעס א אשכול אין דער צושא אהן קיין פאליטיק.

ויה"ר שיתקיים בנו מה שהבטחת לנו ע"י ישעיה נביאיך, וגר זאב עם כבש ונמר עם גדי ירבץ וכו', וכתתו חרבותם לאתים וחניתותיהם למזמרות, לא ישא גוי אל גוי חרב ולא ילמדו עוד מלחמה וכו'.

החותם בכאב
הקטן דזשיד

(יישר כח פאר "אינגערמאן" פאר די רעיון, בתקוה שלא יתקלקל עוד פעם...
)



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2005 17:42 לינק ישיר 

איז די קרית יואל'ער קהלה נתעורר געווארן פון די אשכולות דא אין ה"פ?

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=1&topic_id=1496427


אפשר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/8/2005 02:54 לינק ישיר 

בןמלך

קודם כל, דער מאמר האב איך נישט געשריבען, און איך האלט נישט אז איך (אדער מיין ניק...) בין פאראנטווארטליך פאר אלעס וואס יענער האט געשריבען.

צום ענין, איז דא זאכען דארט וואס איך בין מסכים, און ס'איז דא וואס נישט. (איך גלייב נישט אז ס'איז פאר דיר א גרויסע נפק"מ צו וואס איך בין יא אדער נישט מסכים.....),

אבער עכ"פ, איך מיין אז ער רירט אהן אסאך גוטע נקודות, און ער ברענגט ארויס "הרגשים" וואס א גרויסע חלק פון כלל ישראל פילט (אריין גערעכענט וואס ער שרייבט בנוגע די פרעמדקייט צו ענייני א"י וואס האט זיך בטעות צו במכוון אריין געריקט אין א גרויסע חלק פון "אונזער" "היימישע" ציבור).

בנוגע וואס די שרייבטס וועגען "המודיע".

די ארץ ישראל'דיגע ווערסיע האב איך קיינמאל נישט געהעריג אדורך געליינט, ממילא קען איך נישט זאגען א מיינונג דערין.

די ענגלישע ווערסיע, קען איך גוט, און איך קען נאר זאגען, אז לויט ווי אזוי די שרייבסט, זעהט נישט אויס אז די האסט אמאל געליינט דעם צייטונג.



בהוקרה,
דזשיד

תוקן על ידי - jid_613 - 03/08/2005 3:00:57



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2005 20:33 לינק ישיר 

זשיד, האסט ארויסגעברענגט עטליכע גוטע נקודות, הגם, איך האלט מיט אטייל ביסטו זיך שטארק טועה. חוץ מזה וואס ווי עס שיינט פארשטייסטו בכלל נישט די מענטאליטי פון א קנאי.
דו קריכסט אזוי ווייט אז דו פארשטייסט שוין נישט אזוי גוט פירוש המילות פון דאווענען.
למשל ווען א איד איז מתפלל אויף ולירושלים עירך, אדער רצה. דוכט זיך מיר מיינט עס נישט ירושלים הבנוי' אונטער טעדי קולק אדער לופליאנסקי. איך מיין אז מ'רעדט דא פון עפעס א ירושלים מיט א בית המקדש, כהנים בעבודתם, וכו'. און ווען מ'לעכצט ארויף צו גיין צום הייליג לאנד, מיינט דאס נישט א לאנד ווי מ'לערנט מיט טויזענטער אידן כפירה ומינות. א לאנד ווי מ'דארף זיך שלאגן טעגליך מיט געמישטע "מועדון'ס", חילול שבת, חילול קברים, ושמירת הדת...

צום ענין. דער גערער איז נייגעריג אויף זיין אייגענע מקוה נייעס, וואס בדרך כלל טרעפט ער אין המודיע, דער בעלזער טרעפט זיין נייעס אין מחנה החרדי, דער ליטוואק אין יתד, אין דער אונגערישער אין די איד און בלאט. דעם גערן איד איז נישט אינטערעסאנט וואס די קאנטראקשאן אין נעווי יארד טוט, און אויך נישט די מערכה מיט די ארטיסטן. דעם סאטמארן איד איז נישט אזוי אינטערעסאנט וואס עס איז געשען אויף א שטראז נעבען אשדוד, אויך נישט די אינערליכע טעגליכע באריכטן פון כנסת. יעדער וויל אדווערטייזמענטס פון "זיין געגענד" מיט לאקאלע נייעס וואס איז "פאר אים" אקטועל. עס איז פיל פשוט'ער ווי דו מאלסט עס אראפ.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/8/2005 19:43 לינק ישיר 

JID מאכט א אינטערסאנטע אנאליז.

בכל אופן המודיע אויף לשון קודש איז היינט זייער אויפגעכאפט אין אלע קרייזען.

נאר די מענטשען וואס האבען זיך ליב צו באדען אין סאטמארער שוץ קויפען די צייטונגען אין אזא וואך.

איך וואלט מציע געווען עס צו לייענען אין אפיס, די שאלה צו די קינדער אין קעמפס האבען א צוטריט צו דעם.

תוקן על ידי - טובעין - 02/08/2005 19:48:16



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2005 16:29 לינק ישיר 

עס איז גוט צו זען אפאר מענטשן וועלכע פילן אז זיי האבן געטראפן א געלעגנהייט צו אויסדרוקן זייער אלטע יארן לאנגע האס און קנאה.

דער אשכול איז מיין באליבסטער אשכול, ביטע גייט ווייטער...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/8/2005 13:47 לינק ישיר 

די צייטונג איז געווען אסאך גרעסער און אסאך אינטרעסאנטער א פאהר יאהר צירוק . זייט דער איד מיט דער בלאט שלאגען זיך קויפען זייער אסאך מענטשען נישט די צייטונג אפילו פרעמדע מענטשען נישט קיין סאטמערע ווילען וויסען וואס טיט זיך אין סאטמאר..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/8/2005 08:45 לינק ישיר 

JID613


זאג דעם יעניגער אז ווען ער שרייבט צו די זאך דארף ער נישט מעקן.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2005 04:38 לינק ישיר 


דא איז א מאמר וואס ס'האט געפאוסטעט איינער פאר א פאהר מינוט צוריק, נאר מחמת וואס ער איז חושש אז ער האט זיך צו שארף אויס געדריקט, האט ער עס אפגעמעקט...

אבער דאך, האב איך געפילט אז ער ברענגט גוט ארויס די הרגש וואס ליגט ביי א גרויסע ציבור פון אונז קעגען "אונזערע" צייטונגען, האב איך גענומען פון איהם רשות און עס איבער גע'פאוסט:


"דער אמעריקאנער חסידישער אידיש ליינער האט א מענטאליטעט וואס קיינער אין די וועלט פארשטייט נישט, און נאר איינער פון אונץ קען פאר אונץ שרייבען.
דער המודיע מיט זיינע רעדאקטארען הגם זיי זיינען פרומע אידן האבען נישט קיין השגה אין די לאגיק פון "היימישע אידן" דאס מוז מען געבוירען ווערן.
אפילו אלבערט פרידמאן איז צו אמעריקאניש און "נארמאל" און ער פיטערט נישט דעם עולם וואס זיי דארפן.
דער היימישער מענטאליטעט איז מורא'דיג סתירה'דיק און האט נישט קיין שום הגיון. למשל..
גיי זיי מסביר ווי אזוי די זעלבע וואס וויינען שובבים פארען קיין מיאמי?
גיי זיי מסביר ווי אזוי מען קען פילען א פרעמדקייט צו ארץ ישראל ווען מען דאווענט יעדען טאג אזוי פיל וועגען איר.
גיי זיי מסביר ווי אזוי מען קען האקען אויף דעם דף היומי און סיום הש"ס ברבבות עם, און אויך זיין א פרומער איד.

גיי זיי מסביר ווי אזוי מען קען זיין אזא גרויסער בעל חסד בכל ענינים און אזוי פיינד האבען אידן.

מען האדעוועט קינדער צו זיין עזות פנים'ער און מען האט קיינמאל נישט געלערענט קיין מוסר אויף מדות טובות.

מען גייט פאלם שטרימפ און מען גייט אנגעטוהן זייער אויפפאלענט.

מען לייגט אריין געוואליגע כוחות אין אלע עניני גשמיות, און מען רופט זיך חסיד'ישע אידן.

צו שרייבען א צייטונג פאר דעם עולם דארף עס זיין א מישונג פון בארעדען אלעס וואס טוט זיך אין ארץ ישראל, ליצנות, קנאות, עקסטרעם פרומע ארטיקלען, אסאך עדווערטייזמענטס פון אלע סארט תענוגים תאוות וויקעשאנס צוזאמען געשטעלט מיט רייץ פאר טייער געלט, און א בארג נייעס פון אינדיע אוסטראליע האנג קאנג וכו' ווי עס איז געווען א גרויסע עקסידענט, אדער אנדערע אומוויכטיגע נייעס אבי נישט נייעס וועגען "נישט היימישע" אידן.

די צייטונגען זיינען א "טשאלענט" פון צדקות מיט רשעות, פרישות מיט תאוות, אמונה מיט אפיקורסות, חסד מיט רציחה, חסידות מיט אויפגעקלערטקייט, דרך אבותינו מיט די לעצטע מאדע, אביסעלע חכמה מיט א סאך טפשות, זעה די ענד ריזאלט פון די וואס לייענען דאס פאר יארען.

בקיצור צו שרייבען פאר אזעלכע צומישטע מענטשען קען נאר איינער וואס איז אליין צומישט."





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2005 04:04 לינק ישיר 


בנוגע וואס די שרייבסט וועגען "די צייטונג", איז מיר באמת שווער צו זאגען א אויפריכטיגע מיינונג, היות אז איך ליין נישט קיין איינס פון די 3 אידישע צייטונגען...

אבער איך געדענק טאקע, ווי "די צייטונג" האט שוין כמה פעמים גענומען שטעלעס אין פארשידענע ענינים, אויף די זייט פון געוויסע רבנים קעגען אנדערע, איין משל געדענק איך יעצט אויף דער מינוט, פרשת העירוב אין ב"פ, וואס זיי האבען געזעהן פאר וויכטיג, נאר צו דריקען די קול קורא לאיסור, משא"כ די קול קורא להיתר, האבען זיי נישט געוואלט אהנרירען.

אבער לאידך גיסא, וועלען זיין דער וואס וועלען טענה'ן, אז לו יצוייר, אז דער דריקער פון א געוויסע צייטונג איז איבער צייגט אויף די אויף ריכטיגייט פון א געוויסע ענין, איז ער מחוייב צו טוהן אזוי ווי זיין הארץ (אויב ס'עקזיסטירט אזא מין חיה ביי זיי.........) פארלאנגט פון איהם.

הגם, אז איך וואלט געזאגט, אויב זענען רבנים הייליג ביי דיר, און די האסט באמת נישט קיין פאליטישע חשבונות, וואס עפעס דארף א צייטונג האבען א שיטה אין תורה'דיגע ענינים?

איין עצה וואס וואלט אולי געוועהן עפעס א סאלושען, איז אז דער צייטונג זאל האבען א וועד קבוע פון רבנים, און נאך מער ריכטיג, א אמת'ער וועד וואס זאל רעפלעקטען דער קהל המיועד פון דעם צייטונג, וואס מיט זייער מיינונג רעכענט ער זיך, הן ווען ס'שמעקט איהם יא, הן ווען נישט.

די פראבלעם מיט דעם, וואס איז ווען דער רבנים אליין האבען פאליטישע חשבונות? צו זיי זענען משתייך צו א חברה וואס האט פאליטישע חשבונות?

עכ"פ, דער אמת'ער וועג ארויס האב איך נישט, און מן הסתם איז דאס געוועהן דער ווייטער בליק וואס אסאך גרויסע צדיקים האבען געהאט, ווען זיי האבען פארשטאנען ברוחב בינתם, אז א אידישע צייטונג ברענגט נישט קיין גוטס.




בהוקרה,
דזשיד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2005 02:02 לינק ישיר 

לכך..............!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

הקדים הקב"ה רפואה למכה. ונתן לנו את ההייד פארק,
והעבירנו בתוכו לחרבה- לתוככי חדרי חרדים....
אנד סינס דען....
דארפן מיר שוין נישט ליינען די שמוציגע צייטונגען..ובא לציון גואל בב"א



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/8/2005 00:37 לינק ישיר 

לכאורה איז די בעסטע עצה. צו מאכן א ביילאגע אינמיטן די צייטונג, וואס מ'קען ארויסנעמען, דארט זאל מען שרייבן אלע חלקים וואס אנבאלאנגט די ענינים העומדים על הפרק אדער פאליטיק, ווער עס וויל עס נישט וועט עס קענען ארויסנעמען, און די קינדער וועלן קענען ליינען א ריינע צייטונג, אן דעם וואס זיי זאלן מוזן אריינטוהן זייערע קעפעלעך אין די פארוויקלטע געמויזעכץ.ושלום על ישראל!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/8/2005 00:30 לינק ישיר 

עס איז פאקטיש דא א גרויסע מארקעט וואס זוכט דוקא די היימישע צייטונגען, און זיי וועלן עס נישט פארטוישן אויף קיין אנדערע.
- אריינגערעכנט - "די צייטונג" וועלכער וואלט געווען גאנץ א גוטע פשרה אין אזא זמן וואס די אנדערע צוויי גרויסע זענען שטארק פארשמירט.
אבער אין מיינע אויגן האט "די צייטונג" פארלוירן זיין רעפוטאציע, ווען ער האט זיך אויך אריינגעשטעקט זיין נאז אין שמוציגע פאליטיק, און ס'איז געווען אין א בחינה פון 'מתעבר על ריב לא לו'.
ער האט אריינגעשטעלעט אנאנסן קעגן מוסדות קהילות און פריוואטע מענטשן.
ער האט דיסקרימינירט קעגן אדווערטייזערס, וועלכע האבן דעמאלס נישט געשפאנט לויט זיין פארשטאנד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/8/2005 23:15 לינק ישיר 

דזשיד

בנוגע המודיע אין יודיש, ווייס איך פון עטליכע וויליאמסבורגע אידן (איך וויל נישט ארויסשרייבן צו וועלכע קרייזן זיי געהערן און ווען זיי האבן זיך אריינגעלייגט בעובי הקורה אין דעם פלאן, ווייל דאס וועט אריינוויקלען דעם אשכול אין פאליטיק) וועלכע זענען געווען אין פארבינדונג מיט יחיאל ליכטנשטיין א זון פון דעם אייגטומער'קע פון דעם אמעריקאנעם המודיע (מרס. רות ליכטנשטיין, די טאכטער פון ר' איטשע מאיר לוין ז"ל) בנוגע א המודיע אויף אידיש. די המודיע בעלי בתים זענען געווען שטארק אינטערסירט דערין, דער פלאן האט שוין געהאלטן אט אט, און עס איז שוין כמעט ארויס מכוח לפועל.

אבער נאך מערערע באהאנדלונגען, האבן זיי באשלאסן קודם ארויסגעבן דעם המודיע אויף פראנצויזיש (איך ווייס נישט ווי עס האלט דער פלאן, אפשר ערשיינט עס שוין? איינער פון פרענטש קען ביטע אפדעיטן?), אבער דער פלאן פאר א אידישן המודיע איז נישט אפגעווארפן, און ווי זיי אליין זאגן עוד חזון למועד.

גערער רבי האט אריינגעווארפן געלט (עס הייסט א מיליאן דאלער אדער מער) אז דער דעילי המודיע זאל ערשיינען, כדי מען זאל נישט קויפן די גוי'אישע צייטונגען, טאמער וועט ער אנערקענען אז אונזערע יודישע צייטונגען זענען נישט אונטער שטעליג מיט שמוץ (פון אן אנדערן סארט), וועט ער אפשר זיין גרייט צוצושטעלן די נויטיגע פאנדן.

ביי די וועי וואס איז ראנג מיט אלבערט פרידמאנ'ס צייטונג. אויב די מערהייט ציבור וועט עס קויפן, וועלן די אדוועטייזערס אויך אהינגיין, און ער וועט איבערנעמען די מארקעט.
אדרבא, זאל דאס זיין א מעיסידזש פאר אלע אנדערע, אז צייטונגען אין פארעם פון פנים חדשות קענען נישט זיין סוקסעספול ביי נארמאלע מענטשן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/8/2005 22:35 לינק ישיר 

נעמט אייך אלךע אריין אין קאפ, א צייטונג איז א שופר.

א צייטונג איז נישט קיין נייעס אזוי ווי א ראדיא, נאר עס איז געבויט אויסצושטעלן א מהלך המחשבה פון א מענשט.

ער לערנט דיך אויס טראכטען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/8/2005 21:52 לינק ישיר 

א גוטער טעמע, אבער קוקט נישט אויס אז דאס וועט פאסירן.

מיט א קרעכטץ און אווייטאג, קען מען נאר צולייגן וואס איך האב שבת געהערט פון צוויי אידן, אז ביים שרייען איז געווענדליך דא א האפפענונג אז איינער וועט צום סוף הייזעריג ווערן. וואס ביי א צייטונג איז דאס נישט גילטיג...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אידישע צייטונגען = תועלת לכלל ישראל?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext