http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1478426
לתועלת הענין בין איך מעתיק:
(א)
איך ווער מער און מער אריינגעשלעפט דא אין היידפארק איך האב אזוי ווייניג צייט אז באלד וורפט מיך מיין באלעבאס ארויס פון דא אבער איך ווער מער און מער עדיקטעט צו שרייבען דא (און ביי נאך פלעצער) וויזוי קען מען אפשטילען די הונגער צו דעם ? (איך פרעג עס דא כאילו עטץ קענטץ מיך ענפערען יעדער דא האט דאך די זעלבע פראבלעם....) ווען סדוירט נישט לאנג נאר מען קען שנעל טייפען אן מיסטעיקס איז אקעי אבער איך דארף יעדע ווארט עקסטער טייפען און נאכדעם איבערקיקען אויב סנישט דא מיסטעיקס און סנעמט א יאר מיט א דאנערשטיג.....(און נאכדעם איז דא פיל מיט מיסטעיקס....)
(ב)
איך האב נישט קיין עצה, אבער ס'איז א ווייטאג.
גם אני מצטרף.
מיינט נישט עפעס ספעשיל, נאר "יעדע מינוט פון די פרייע צייט" וויל איך דא זיין.
(ג)
די ווילסט נישט אויסזען ווי יענעם:
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1417754&whichpage=1
(ד)
ר'..., אדרבה, השמיעיני את קולך, מיר הערען שוין נישט פון דיר א לאנגע צייט, נא, עפעס א זמר, גראמען, סתם א אינטערסאנטע רעיון...
דאס זאג איך נאר בדרך בדיחותא אבער ח"ו, מיר וועלען זיך טאקע בענקען נאך דיר, אבער מאך נישט חרוב דיין לעבען צוליב אונז.
יאשערכויעח........
(ו)
יא, מיר אלע ליידן דא פונעם זעלבן פראבלעם, ווען נישט וואלט איך זיך דען איינגעשטעלט מיינע זיבעציג יאר און געשריבן דא? (כידוע ליודעים...)
נאר וואס וואלטן מיר געטון אז דער בורא וואלט נישט אריינגעלייגט אינעם מענטש אזא געוואלדיגער רייץ זיך צו לאזן הערן? ווי וואלט מען געקענט הנאה האבן פון די אלע לייען מאטעריאל וואס איז דא אזוי בשפע?
(ז)
זאג, ביסט עדיקטעד נאר צו היידפארק, צו די ביסט עדיקטעד צום אינטערנעט בכלל.
דאס איז נישט נאר דיין פראבלעם. אינטערנעט עדיקשאן איז א ווייט פארשפרייטער פראבלעם. עס זענען דא גענוג און נאך פסיכאלאגען וועלכע טריעטען דאס היינט, אזוי ווי יעדע עדיקשאן.
(א)
צו אינטערנעט בין איך שוין לאנג עדיקטעט אבער לעצטענס מיין איך און איך רעד מיך איין אז איך מיז שרייבען יעדע פאר טעג דא... ווייל יעדעם אינטערעסירט מיינע גרעבצען.... אבער איך האב שוין אפגעמאכט אז איך גיי שרייבען טאפס איין מאל א וואך העכסטענס אויב סאיז שטארק וויכטיג וועל איך שרייבען צוויי מאל אבער THATS IT
(ט)
איך בין קוים דא אויפ היידפארק א וואך צוויי, און איך ווער טאקע מער און מער אדיקטעד און ספיציעל צו דעם פארום דא וואס איז א נחת אריינצוקוקן.
(י)
די היידפארק עדיקשאן איז א ברייטפארצווטייגטע שטארק אריינגעריסענער אינטערנאציאנאלער שכיח'דיגער פראבלעם וואס איז שטארק אריינגעגעגסן ביי אינגעלייט פון די הויכע צענערלינג יארן און העכער וואס האבן די אינטערנעץ פאר פרנסה.
ווי ס'שיינט וועט נאך ווערן געווידמעט דערויך ארטיקלן דורך די חרדי'שע שריפטשטעלער אין די היימישע צייטונגן.
אפשר דארף מען זעהן עפעס א פראגרעם פון די גאווערמענט פאר אנטי-הייד פארק אדיקשאן, זיי זאלן געבן נאך א פאר דאלער אויף שבת צו מאכן.
און ביזדערווייל, גיב אכט דיין בעה"ב זאל דיר נישט כאפן, ווייל אויב יא, וועסטו האבן נאך מער צייט צו שרייבן.
(יא)
איך מיין אז פארקערט.
איך האב געטראפען היידפארק ווען איך האב געזען מיין ארבעטער ליינען חדשות נו יארק זצוק"ל, אין זייט דען בין איך אויך אדיקטעט.
האב רחמנות אויף דיין בעל הבית אויב די ווילסט ער זאל דיר נאך קענען צאלען.
תוקן על ידי - אהליצדיקים - 03/08/2005 22:15:51
 |
|
|