בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ווען איך וואלט געווען רעדאקטאר... (מסעי)

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/8/2005 02:40 לינק ישיר 
ווען איך וואלט געווען רעדאקטאר... (מסעי)

איך וויל פרובירן צו עפענען א וועכענטליכע אשכול, אין גייסט פון די אשכול: ליינער'ס רעאגירן אויף צייטונגן....

אנדערש ווי ליינער'ס רעאגירן, וואס גיט צו הערן די רעאקציע צו וואס איז שוין געשריבן געווארן, זאל די אשכול זיין איבער וואס איר האלט עס זאל געשריבן ווערן.

איך וועל מסביר זיין.

בעיקר זאל זיך עס באציען אויף דריי פונקטן

1) עדיטאריעל
2) פראנט פעידזש
3) האקעלע אישוס

עדיטאריעל. איבער וואס וואלט איר געווידמעט די וואכענדיגע עדיטאריעל. וואס איז אין אייערע מיינונג דאס וויכטיגסטע אישו אויף די ארענע.

פראנט פעידזש. וואס ברויך, אין אייער מיינונג, פארנעמען די העדליינס, ערשט צווייט און דריטע אאוו.

פראנט פעידזש. פון צייט צו צייט קומט אונטער האקעלע אישוס ווי למשל נייעס וואס פארמישט פריוואטע מענטשען, אדער קהלה מחלוקת, אדער חלילה טראגעדיעס, וואו אין יעדע פאר ברויכן די צייטונגן באשליסן, ווי ווייט זיי ווילן אריינגיין, צו זאל מען גיין צווישן די טראפענס, אדער זאל מען איגנארירן, אדער גאר ארויסשרייבן מיט אלע דעטאלן.

ביי די אלע באשלוסן באטראכטן צייטונגן א סך פונקטן, ווי למשל וועט די פראנט פעיזש ציען אן אויג (א ביזנעס באשלוס, צורקילאציע איז דאס וויכטיגסטע פאר א צייטונג) אאוו.


דאס איז נאר וואס איך קלער, פארשטייט זיך אז יעדער קען אויסברייטערן די שמועס ווי ווייט ער וויל, אדרבה זאגט איר, איז דאס א פלאן?

אז מיר געבן שוין יא אוועק צייט צו שרייבן, פארוואס זאלן מיר זיך נישט שפירן ווי ערענסטע רעדאקטארן?...



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2005 02:57 לינק ישיר 

ווען איך וואלךט געהאט א דעה וואלט איך געטראכט וואס גיין זיין אין א וואך ארום אויך.

אמת א בייסיגער ארטיקל שטעכט יענעם, אבער עס איז אויך דא א מארגען.

אין מארגען הייסט דיין צייטונג א שונד פלאט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2005 02:42 לינק ישיר 

ס'איז אביסעל שפעט די וואך, "די צייטונג" איז שוין אינדרויסן. אבער בעסער שפעט ווי קיינמאל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ווען איך וואלט געווען רעדאקטאר... (מסעי)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext