נייע באבובער תלמוד תורה אין בארא פארק
בשמחה והודי' מיט א פרייד אין א געהויבענע שמחה איז אהנגענומען געווארן די גיטע בשורה אז אונזער קהילה האט געברענגט לידי גמר נאך א לאנגע מו"מ א הערליכע גרויסע פארטיגע בילדינג וואס איז גרייט אז מ'זאל שוין קענען אריין גיין אין עפענען אן ישיבה פאר קינדער אהן קיין שום צוגרייטונגען, ממש גרייט, 11 קלאסן מיט א זעהר גרויסן און פראכטפולן חדר אוכל, אזוי אויכעט קומט עס גרייט מיט א צימער פאר די מלמדים אין אפיסעס פאר די מנהלים, לעבן די בנין צוזאמען מיטן מקח קומט אויכעט מיט א גרויסן ליידיגן "לאט" {שטח ריק} וואס דארטן וועלן זיך די קינדער קענען שפילן, די בנין מיטן "לאט" דערנעבן האט געקאסט ארום די דריי מיליאהן דאללער וואס איז געצאהלט געווארן פין די קהילות אקאונט, די שמחה ביי חסידישע אידן אין בארא פארק בכלל אין פאר אנ"ש בפרט איז זייער גרויס זעהנדיג ווי דער קהילה בליהט שטארק אין מען דארף מרחיב זיין די גבולי קדושה, אין צוזאמען מיט די גשמיות'דיגע הודעה אויפן קנין הבנין איז אויכעט מיט געקומען נאך אן גיטן בשורה אויפן רוחניות'דיגן חלק אז ב"ה צוזאמען מיט קינדער זענען אויכעט מיטגעקומען זעהר אן חשובער "צוות" פין מנהלים אין מלמדים משמנה ומסלתה וואס איז נאר דא אין באבוב, ממש אהן קיין ווערטער, זעהנדיג אז די גאנצע הנהלה אין מלמדים שטייען אויס צו זיין ממש פין די לעילא ולעילא וואס איז נאר שייך, לויט ווי איך בין אינפארמירט וועלן זיין די מנהלים פין די נייע באבובער חדר הרב ברוך דוד בראננער ני"ו אין הרב אברהם ברוין ני"ו אין הרב מיילעך מיללער ני"ו אין די רשימה פין די מלמדים אפי' אז מ'ווייסט שוין מעהר ווייניגער קען איך נישט שרייבן ביזדערווייל {וועגן פאליטישע אומשטענדן} אין בע"ה פאר שבת האפט מען שוין צו האבן אן פערטיגן פולן רשימה,
אין לויט ווי מיינע קראנטע מקורות געבן איבער, זענען די ראשי הקהילה פארנימען צו פארהאנדלען נאך א בנין פארן ישיבה פאר די קינדער, ווייל ווי ס'זעהט שוין אויס אז די איבערפלוס וועט זיין זייער גרויס אין ס'וועט נישט זיין פלאץ פאר גענוג כיתות און ממילא פארהאנדעלט מען שוין פאר נאך אן בנין כדי צו פארגרינגערן אויף די פרעשע אין אז מ'זאל נישט דארפן אפזאגן קיין עלטערן מפני דוחק המקום.
 |
|
|