בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

"דער רבי מיט'ן שטן"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/8/2005 05:45 לינק ישיר 
"דער רבי מיט'ן שטן"



די פיר ווערטער מיינט ביי רוב גולשים גארניט


סתם א געמישאכטץ און פלוידעריי און א פערצופאלטיגער צונויפשטעל פון פיר אידישע פראַזען


אבער פאר די פאר געציילטע וואס געדענקען נאך יא דעם ברוינעם ביך מיט אט די נאמען וועלכע האט א שאקעל געטאן דעם צפון חלק ברוקלין און צובאָשעוועט די אפשטאמיגע מארץ הגר און אויסגעשיט אלע זייערע שמיץ און אויפגעדעקט אלע אפפאל און אנדעקט זייערע טערעריסטישע מיטלען מיט וואס זיי צווינגען ארויף זייערע מיינוגען אויף אנדערע פון ירושלים ביז ברוקלין

אט די ביכעל איז נאך היינט זייער אקטועל בעת די לאפעצען פון ביידע זייטען וועלכע ווילען מושל זיין אויף צפון ברוקלין האבען זיך צולאזט אויף א פרעכיגען פארנעם אויף אונזער פורום און דערנידערט אונזער געזעלשאפט צו אן ארט וואס איז אזוי נידריג ווי זיי אליינס


על כן וואלט כדי געווען ווער פון אייך עס קאָן ארויף שטעלען עטליכע אויסצוגען אדער אפשר עטליכע זייטען פון אט די ביך אז מיר אלע דאנענט זאלען וויסען מיט וועלכיגע פארשוינען מיר האנדלען

מי לה' אלי! איך רוף צי אייך אלע באזעצענע מיטגלידער פון אונזער פורום לאמיר בענעזאם אויסרופן קול מלחמה במחנה אנקעגן די אומווערדיגע עלעמענטן וועלכע האבען געהיידשעקט אונזער פורום








דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/9/2005 04:55 לינק ישיר 



יא עס ארבייט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2005 18:56 לינק ישיר 

טייערע צבי, איך ב"ה נישט קיין שונא פאר ליובאוויטש, איך האב פלענטי דאלארס גענומען פון די רבי, און איך בין אויך נישט ווייניג עוסק אין ספרי חב"ד.
איך גלייך נאר נישט ווען מ'קומט מיט קריטיק אויף א צווייטן ווען אינדערהיים איז אויך נישט גלאטיג און מ'ליידט פון די זעלבע פראבלעמען.
הלואי זאל ביי יעדן זיין פרידן און שלום, מ'זאל אויף קיינעם נישט דארפן זוכן קיין פעלערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2005 16:56 לינק ישיר 

בן מלך
מרוב שנאתך צו ליובאוויטש ביסטו עם מחשיב און דו מאכסט עם פאר א מציאות, ער איז נישט מער ווי א וויסטער עם הארץ וואס האט זיך געדרייט אביסל אין לייברעריס און קען אביסל היסטוריע און וויל פון זיך מאכען עפעס א "רבי" (אז ער שרייבט אין די בליק-פלאם מיינט נאך גארנישט)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/8/2005 20:12 לינק ישיר 

פארראכטען צוליעב צענזאר.

תוקן על ידי - wassa_dif - 09/08/2005 21:00:46



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/8/2005 18:55 לינק ישיר 

טייערע צבי, אפשר קענסטו מיר ערקלערן פארוואס און מיט וואס זאל מיר אויסגיין די אויגן. אפשר מיט די ביכער פון הרב דויטש ווי ער באשרייבט עפעס א רבי וואס איז געגאנגען אין קאלעדזש אין פאריז און בערלין, און האט געארבעט ביי די ברוקלין נעיווי יארד אין בויען שיפן, און האט משנה געווען די לבוש, ועוד ועוד??...
איך האב מיט די ביכער גארנישט, נישט גוט און נישט שלעכט.
אבער, איך אז די סלאגאן וואס דו שרייבסט ז-א-ל ד-י-ר..וכו' דארפסטו לכאורה אויסדרייען צו זיך אליין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/8/2005 06:43 לינק ישיר 

wow
דער בוך איז שוין באלט ווערט ווי א מעקינג אף א גאדאל.

פארוואס דרוקט ער עס נישט איבער?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/8/2005 05:59 לינק ישיר 

בן מלך
ז-א-ל ד-י-ר א-ו-י-ס-ג-י-י-ן ד-י א-ו-י-ג-ע-ן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/8/2005 04:46 לינק ישיר 



עס הייסט אזוי
Larger Than Life

געב א קיק אויפן לינק עס איז דא צי באקימען

http://www.alibris.com/search/search.cfm?qwork=3746667&wauth=Shaul%20S%2E%20Deutsch&ptit=Larger%20Than%20Life%3A%20The%20Life%20and%20Times%20of%20the%20Lubavitcher%20Rebbe%20Rabbi%20Menachem%20Mendel%20Schneerson&pauth=Deutsch%2C%20Shaul%20S%2E&pisbn=&pqty=2&pqtynew=0&pbest=299%2E95&matches=2&qsort=r&cm_re=works*listing*title



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/8/2005 03:28 לינק ישיר 

.... און אין קרוינהייטס האט מען דעם הרב דויטש דעמאלס געוואלט הרג'ענען, אז ער האט געמוזט אינמיטן נאכט אנטלויפן פון זיין דירה אין קרוין הייטס מיט העק און פעק. אונטער א שווערע פאליציי באגלייטונג, אז די חסידים פון יענע רבי פון ברוקלין... וועמען ער האט באשריבן, זאלן אים נישט קענען קיין שלעכטס טוהן...
ווער ווייסט וויאזוי יענע ביכער הייסן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/8/2005 01:31 לינק ישיר 

ווער האט ארויסגעגעבן דעם ביכל "דער רבי מיט'ן שטן"?
איז דאס אפשר די צוויי דיקע ביכער וואס עס האט ארויס געגעבן האדמו"ר מליאזנא שליט"א הרב שאול שמעון דויטש, ווי ער באשרייבט די ביאגראפיע און קורות החיים פון עפעס א רבי אין ניו יארק, וואס לכאורה דער טיטל פון דעם ביכל וואס דו ברענגסט, פאסט זיך זייער גוט אהין...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/8/2005 19:45 לינק ישיר 

נישט נאר ער האט איהם נישט געטראפען נאר קוים באשמוצט ער אים פערזענליך.

דער נאמען פון בוך איז עקלדיגער ווי דער תוכן.

ער באשמוצט זיין שיטה קעגען אתחלתא דגאולה, פארשטייט זיך אז ער האט אויךא פארג מעשיות ווי סאטמארער חסידים טאראזיזירען.

SAME OLD



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/8/2005 19:40 לינק ישיר 

טובעין
האט דער שרייבר פון די בוך זיך אמאל געטראפן מיט סאטמערע רב? האט ער עם פערזענלעך געקענט? אדער האט ער זעך פארגעשטעלט מפי השמועה וואס א סארט מענטש ער איז?

ענטפער אויף דעם קודם. דערנאך וועל איך דיר זאגן צו ער איז נכלל אין מיין "קיינער"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/8/2005 18:58 לינק ישיר 

ראצער

א אונגערישער ביסטו געבוירען, אין ווילאנג די וועסט וואוינען אין א אונגערישע שטאט וועסטו אזוי בלייבען.

אביסל ליצנות אויף היידפארק העלפט נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/8/2005 18:50 לינק ישיר 

סעמי!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

ברוך הבא!!

זכרנו ימים מקדם!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/8/2005 18:48 לינק ישיר 


קוטשמע.
מעניין מה שאתה כותב. כי במחלוקות בחסידות הקטנה שלכם זה רק נאה לכם, ולא לעו(י)לם....

כמובן שהדברים נכתבים בהומר. כי מחלוקות עם עולם ובלי עולם, זה דבר מגונה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > "דער רבי מיט'ן שטן"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext