מיינע 2 צענט, אמת אז יענקי מייער איז גאר א באליבטע עסקן ביי די כלליות'דיגע עולם, אבער אין דער קליפ זעהט אויס ווי ער באנוצט זיך מיט גאנץ שרעקליכע מעטאדען אויף דער וואס שטייען איהם אין וועג.
אודאי וועל איך אויף איהם מלמד זכות זיין, "ער האט עס נישט געמיינט", "ער האט געהאט א שווערע טאג", "וואס יענער האט געוואלט טוהן וואלט געוועהן ממש א אומגליק" וכו' וכו'.
"אבער", דאס איז אלץ נישט קיין תירוץ. און אויב מיר אידעלעך וועלען טאלערירען שתלטנות פון גרויסע "קנאקערס", און זיך דרייען די צווייטע באק אזויווי די יאשקעלעך, וועט דאס זיין א גרויסע אומגליק אויף אונזער "כלל הציבור".
א שטאטישער באאמטער וואס באגייט אזא פעלער, ווערט גלייך ארויס גע'זרק'עט, על אף אלע זיינע גרויסע טעטיגקייטען, און על אף וואס ער קרוינט זיך נישט זעלבסט צום פאסטען, נאר עס גייט אויף עפעס א דעמאקראטישע סיסטעם.
און מה נשתנה א "היימישע" "בעל חסד" און א זעלבסט געקרוינטע "מלך איבער אלע קנאקערס" וואס מיר פארמאגען היינט.
און אחרי ככלות הכל, האב איך דער נושא נישט אדורך געטוהן צו זעהן ע"פ הלכה וואס מ'מעג יא אדער נישט, פונקט אזוי ווי דער רבנים וואס די פסק אין דער נושא וועט צו זיי אנקומען, פארשטייען מן הסתם גאנץ קנאפ, די מציאות'דיגע פראבלעם פון צולאזען יחידים געוועלטיגען איינער איבער די אנדערע מיט קלעפ און אנדער סארטען אלימות.
בהוקרה,
דזשיד
 |
|
|