קהל יטב לב נגד רח"ד כ"ץ
נישט יעדער האט מיטגעהאלטן, אבער די לעצטע פאר יאר איז פארגעקומען א שטארקע קריגעריי צווישן ר' חיים דוד און קהל, איבער די בעלות פון דעם בית הוראה שטיבל אין 53.
ר' חיים דוד האט זיך זעלבסט דערקלערט אלס דער בעל הבית אויף אלע עניני הוראה אין ב"פ, טראץ וואס דער רבי האט קלאר געזאגט ביי זיין אויפנאמע אז ער איז נישט דער בעל הבית דערויף (און דעריבער טאקע האט ער אזוי מורא אויב מען וועט צוריק אננעמען דעם רבי'נס אמת'ע דיעות...).
איינע פון די פלעצער וואו מען האט דאס אנגעזען איז געווען ביי דעם בית הוראה שטיבל אין צענטראלן סאטמארער ביהמ"ד, וואס רח"ד האט נישט אריינגעלאזט נאר ווער עס איז אים פריוואט געפאלן.
בעיקר האט דאס אויסגעפלאצט ביי די אויפנאמע פון ר' זלמן לייב מייזליש.
יעדעס יאר זומער ווען רח"ד איז אוועקגעפארן, האט זיך געטון איבער ווער עס זאל זיין זיין שטעלפארטרעטער, און רח"ד האט ליבערשט געלאזט דעם שטיבל פארשפארט ווי איידער איבערגעבן דעם שטיבל פאר אזעלכע וואס ער האט נישט געוואלט אריינלאזן.
היי יאר, יעצט ווען רח"ד איז אוועקגעפארן, נאכן אונטערשרייבן דעם בריוו אקעגן ר' בעריש און זיינע קינדער, האט קהל יטב לב ארויסגעשטעלט א אפיציעלן צעטל, אז ר' משה פריעדמאן - דיין אין 10 עוו. - וועט זיצן אין בית הוראה די קומענדיגע וואכן.
מסתמא וועט זיך יעצט אנהייבן א שטארקער פייער, וואס קען ברענגען צו די - מעגליך געצוואונגענע - רעזיגנאציע פון רח"ד אלס דיין אין סאטמאר בארא פארק.
 |
|
|