בית פורומים באבוב

לכו נרננה אצל ר' ב"צ שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/8/2005 18:36 לינק ישיר 
לכו נרננה אצל ר' ב"צ שליט"א

או ולחסידי ר' בן ציון שליט"א כן נכנסתי לאחר השולחן לבהימ"ד ב48 ו מה אומר ומה אדבר בע"ה היה לר' בן ציון קהל גדול למאד כאלף מאתיים יהודים, והיה לו מלבוש מזהב טהור חדש (יפה מאד אולי קצת יותר מדי זהב)

דברתי אם חבירי ושמעתי שר' בן ציון שליט"א התחיל בליל שבת בתפילה הנהגה חדשה, הוא עבר לפני העמוד לקבלת שבת, אבל לא עמד על מקומו אלא הסתובב בבהימ"ד וגמר כל חלק מלכו נרננה עד מעריב במקום אחר, ועל כל חלק שר ניגון אחר, על מזמור שיר ליום השבת שר הניגון של השב שכינתך, ועל ואנפא נהירין שר הניגון של אני ישנה, ועוד,
ברכו של מעריב אמר מתחת לבימה,

הנהגה זו ביום הילולא התקבלה בהרגשות מעורבים, הגרעין החזק של ר' בן ציון שליט"א אהב את זה מאד, הבעב"ת והפושרים חשבו שזה לא במקום. הייתי שמח לשמוע דעתכם. כשלעצמי זה שהסתובב בבהימ"ד לא נראה לי בכלל,
זה ששר על כל חלק ניגון אחר זה יפה מאד אולי לא לרבי אבל אחרי הכל באבוב עולם הנגינה היה חשוב מאד,

למנוחה ושמחה שינה ר' בן ציון שליט"א ולא שר את הניגון הידוע של רבינו מהר"ש זצוק"ל אלא שר את הניגון של מכלכל חיים בחסד (ימין נוראים).




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/8/2005 01:46 לינק ישיר 

.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/8/2005 17:21 לינק ישיר 

does anyone here believe that b. b. offered r' mordche duvid a goldene chalatel and he told him please dont give me
next time be embaressed to tell such stupid lies
try lying about the oilem that was by rm"d


תוקן על ידי - באבוב_חסיד - 08/08/2005 17:38:22



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/8/2005 15:34 לינק ישיר 

אוי האסטו יעצט גיט געזאגט בעסער א רבי וואס זינגט ווי א רבי וואס גיבט פייערדיגע דרשות, קום טאקע נישט, ווייל מיין רבי פארלאנגט זייער אסאך פין זיין עולם, בלייב דארט ווי מ'פארלאנגט נישט מער ווי די זאלסט קענען גיט אפשעלטען די רב ז"ל אין זיינע איידעמער אין אביסלע זינגען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/8/2005 08:06 לינק ישיר 

בעסער א רבי וואס זינגט ווי א רבי וואס איז שטים
ANY TIME



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/8/2005 02:56 לינק ישיר 

הרמן = א. ב.צ. ב.

דיין גאנצא תשובה איז
א) אז איך בין מקנא,
ב) איך בין א שונא,
ג) און איך האב קיין געפיל צו נגינה ,

מיין תשובה איז צו דיר

איך בין דיר נישט מקנא די האסט נישט וואס איך זאל מקנא זיין אין, SORRY

איך בין דיר נישט קיין שונא, פאר וואס זאל איך דיר פיינט האבן, קען געאר זיין אז ווען מיין רבי באצלט מיר צו שרייבן און היידפארק וואלט איך אויך געשריבען,

לגבי נגינה אוי האב איך ליב נגינה, איך קעהן נאך אזוי גוט ווי דיר יעדען באבובער ניגון, אבער מיין היילגע רבי מהר"ש זצוק"ל זיעוכ"י וואלט בעסער גוואלט אז זיין זון זאל דרוקן זיינע חדושי תורה פאר שפתיו דובבות, בעסער פון מקיים זיין שפתיו דובבות מיט א ניגון,

אה און הרבני החסיד (דארפסט נאך א טייטל) ב. ב. האט כמה וכמה פעמים אן גערופן ב"ק רבינו מבאבוב שליט"א'ס קינדער אז ער וויל אריין ברענגען א מלבוש, און מען האט שטארק געצה'ט צו בלייבען בר' בן ציון שליט"א מען דארף נישט אוועק נעמאן אלא חסידים פון ר' בן ציון שליט"א ער מעג נאך בלייבען מיט אזלעך רבנים און נגידים ווי ב.ב.

תוקן על ידי - באבוב_חסיד - 08/08/2005 15:37:10



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/8/2005 22:27 לינק ישיר 

בית יעקב איז הונדערט אכט פוס אויף 78פלוס נאך פופצען פיס אונטערן נידריגע דעך.

48 איז 100 אויף 100

אמת זעכצן שורות יעדע שורה איז דא 18 בענקלעך מאקסימום 270
45 30 מענטשען אין א שורה אויף די לענג דריי שורות אויף יעדע זייט 180

48 11 פארענשטס די וואך 10 פוס א פארענטשע
45 די וואך נאר אכט פארענטשעס 12 פוס א פארענטשע

פארשטייט זיך אין 48 איז די וואך געווען א גרעדערער עולם פרייטיג צו נאכט בכל זאת דעם בית מדרש פון בעל הילולא.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/8/2005 21:38 לינק ישיר 

כבוד ר' גל וכל חניכא דאית לי'

על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון וזה החלי:

הי' לר' בן ציון אלף מאתיים יהודים - עפעס שטימט נישט דא , ענק האבען געהאט אלף מענטשען אזוי שרייבסטו אליין, אין אזא גרויסע ביהמ"ד האט עטס דאך נישט , איז ווי אזוי איז מעגליך אז א גרויסע ביהמ"ד מיט אנגעפילטע פארענטשעס אויף די גאנצע מעריב זייט , ווי אויך אויף ביידע זייטען אין זעכטען שורות זיץ פלעצער זאל זיין סך הכל 200 מער מענטשען ווי ביי ענק , פארוואס זאגסטו נישט בעסער אז עס שנייט יעצט אינדרויסען

כ'האב געזען אז די הייבסט אן א פורום האב איך באלד געטראכט אז די וועסט אנהייבען מיט א נייע סטראטעגיע נישט די זעלבע אלטע סטראטעגיע דיינע , - פין שרייבען געהעריגע אילוזיעס מיט א ברייטקייט אז ס'זאל אויסזעהן אמת'דיג

והי' לו מלבוש מזהב טהור חדש

סאיז די זעלבע חאלאטעל וואס דער רב גייט יעדע וואך גאנישט געטוישט גארנישט חדש , די חאלטלך זענען געקויפט געווארען דורך דער זעלבע מענטש וואס האט געקויפט פארן מהרנ"ץ די זהב טהור'דיגע חלטלעך ה"ה הרבני הנגיד ר' בנימין ברבר ני"ו כ'וויס נישט וואס די ווילסט דערמיט ארויסברענגען, חוץ קנאה, אז דער רב גייט א מלבוש ווי זיין טאטע אין זיידע אין עלטער זיידע זענען געגאנגען אין דיין "רבי" גייט נישט אין א מלבוש וואס זיין טאטע אין זיידע זענען געגאנגען .

ושמעתי שר' בן ציון שליט"א התחיל בליל שבת בתפילה הנהגה חדשה

א' זה לא הנהגה חדשה יעדער וואך זייט דער רב האט איבער גענימען די הנהגה , דרייט זיך דער רב ארויף אין אראפ ביים דאווענען, זיכער צו מאכען אז מען רעדט חלילה נישט , אין דער רב איז מעורר צו דאווענען מיט התלהבות אין מיט א ברען, - כידוע אז דער ערשטער דרשה וואס דער רב האט געהאלטן אין ביהמ"ד , איז געווען אז ער גייט זיך זעהר שטארק זיך נעמען צי דאס ענין פין דאווענען, אז עס זאל אויסזעהן ווי ס'דארף צו זיין בקול מעורר הכוונה אן קיין שמיעסען ביים דאווענען, אין תיכף ביים ערשטען וואך איז דער רב שוין ארום געגאנגען מזרז זיין , אין געהייסען יעדען זיך טרעפען א מקום קבוע , אין ס'האט זיך באלד ארויסגעוויזען אין ביהמ"ד א גרויסע עלי' ביים דאווענען , ווי אויך האט זיך אנגעזען אין ביהמ"ד א רצון טוב פון יעדער איינער אז מאיז גרייט מקבל צו זיין תוכחה , אין מ'איז געווען ציפרידען אז צי מזל איז שוין דא ווער זאל אונז מעורר זיין, נאך ליידער מיטמאכען א תקופה פון א שיינע פאר יאר וואס זאכען זענען געווען היבש נאכגעלאזט (מחמת חולשת כוחו פון רבינו המהרנ"צ ווי אויך די לעצטע יארן פון רבינו מהר"ש וואס ער איז גיווען בחולשת כוחו - א קיימא לן פון א שיינע פאר יאר).
דרך אגב איז דא ווערט ווידער זיך פארצישטעלען וואס וואלט געווען ווען די כת הפורשים בלייבען ווען נאך ביי אונז אין ביהמ"ד , ווי וואלט דער רב געקענט מעורר זיין אין ארבעטען מיט'ן עולם ווען אינטערען נאז שטייען שונאים אין מאכען קאלט די התעוררת ברוך שפטרני מענשו של זה .
צירוק צום ענין: אזוי איז דער רב מעורר דעם עולם יעדער וואך , אשרינו מה טוב חלקינו אז דער רב האט אויף זיך אנגענומען די עבודת הקודש מיט אזא מאס איבערגעגעבנקייט אין געטריישאפט אין מיט אזעלכע גרויסע שאיפות מתקן צי זיין תקנות אין מרחיב זיין די גבולי הקדושה , אין ר' גל די האסט דאך ליב צו שרייבען דיין נאסטאלגיע צו רבינו מהר"ש לאמיר זיך צוזאמען דערמאנען ווי רבינו זצוק"ל פלעגט אינמיטען דאווענען ווען ער האט געפילט אז מ'דאווענט נישט געהעריג אדער מען שמיעסט ביים דאווענען ווי ער פלעג זיך ארום דרייען אין מעורר געווען מיט זיינע צערטליכע אויגען ארויף אין אראפ דער ביהמ"ד מה נהדר מראה כהן ווען עס איז געווען פון די איינציגע מאל וואס רבינו זצוק"ל פלעגט זיך ארום דרייען אין ביהמ"ד אן דער מלאך גבריאל ודי בזה
אין ממילא איז נישט אזא נייע זאך די וואך אז רבינו שליט"א איז ארום געגאנגען ביים דאווענען דער ביהמ"ד , איה"נ רבינו מהר"ש פלעגט עס נישט טון אזוי אפט , אבער היינט פילט רבינו שליט"א פאר וויכטיג עס דערווייל צי טון מדי שבת בשבתו ,ע"פ דער באקאנטער משל פון רמב"ם אז א בוים וואקסט קרום אין מען וויל עס שטעלען גלייך , איז נישט געניג וואס מען בייגט עס צירוק אינדערמיט , נאר מען דארף עס אויס בייגען מקצה אל הקצה אזוי וואקסט עס נאכדעם צירוק גלייך . דאס אז רבינו שליט"א האט אוסגעלאזט שטיקלעך זייענדיג נאך פין אינמיטען ביהמ"ד , איז געווען כעין זה ביי די הושענות וואס מען האט אפאר הושענות געזאגט ביים עמוד אין אפאר הושענות געזאגט פון אינמיטען ביהמ"ד .
אשרי אוזן שמעה זאת דאס מתיקות איז געווען אומבאשרייבאר


ועל כל חלק שר ניגון אחר על מזמור שיר ליום השבת שר הניגון של השב שכינתך , ועל ואנפהה נהירין שר הניגון של אני ישינה ,
איך זעה אז די האסט גארנישט קיין געפיל צו נגינה , טאמער האסטו באמערקט איז די אלע ניגונים געווען ניגונים פינעם בעל הילולא , וואס כידוע דער ענין וואס איז שגור בפי רבינו שליט"א אז דער ענין פון שפתותיו דובבות איז נישט נאר ביי דברי תורה נאר ביי נגינה אויך אין רבינו שליט"א זאגט נאך פון די תלמידי המגיד אז עס איז אפילו נאך א העכערע מדריגה אז ביי דברי תורה איז יהא דומה כאילו בעל השמועה עומד לנגד עיניו אין ביי נגינה איז עס ממש לנגד עיניו נישט נאר כאילו ואכהמ"ל אין ממילא איז נישטא קיין שענערע זאך ווי זינגען דער רב ז"ל ניגונים ביים די תפילות אגב מען האט נישט אוסגעזינגען די גאנצע ניגון נאר דערמאנט א תנועה דוגמת ווי דער רב ז"ל פלעגט אריינווארפען א תנועה אין מיטן דער נארמאלער נוסח למשל ביי כי אתה שומע קול שופר ומאזין תרועה ביי ר"ה'דיגע דאווענען איז א תנועה פון אור לשמים , טאמער ווייסטו איז דער נוסח וואס רבינו המהר"ש האט געדאוונט ד' אב ביי זיין טאטנ'ס יארצייט אויך געווען אזוי ,
ביי בחצוצרות האט ער געזינגען ניגון מהרב"ץ וואס מזינגט ביי חופות , ביי בעמוד ענן האט ער געזינגען א תנועה פונעם ניגון מהרב"ץ וברוב גאונך והדברים ידועים .


למנוחה ושמחה שינה ר' בן ציון שליט"א ולא שר את הניגון הידוע של רבינו מהר"ש זצוק"ל אלא שר את הניגון של מכלכל חיים בחסד (ימין נוראים)
פרעג דיר בעסער נאך רבינו שליט"א זינגט שוין דער ניגון א שיינע פאר וואכען ביים טיש דער ניגון איז א ניגון וואס רבינו מהר"ש פלעגט זינגען ווען ער איז געפארן אויף קאער , אין דוקא ניגונים איז א זאך וואס איז נישט קיין חק קבוע ווי אזוי עס גייט אז עס זאל הייסען משנה זיין ממנהג אבותיו א ניגון גייט לויט געפיל ,למשל , רבינו מהרנ"צ האט משנה געווען און געזינגען מנוחה ושמחה מיט דער ניגון וואס רבינו מהר"ש האט נאר געזינגען שבת שחל ביום טוב . למשל צבי ארי' האט משנה געווען אין ביי די פיש , אנשטאט צו זינגען דער זעלבער ניגון וואס מהר"ש ולפניו המהרב"צ הראשון האבען געזינגען ביי די פיש האט ער משנה געווען אין געזינגען ניגונים מיט ווערטער פונעם מהר"ש .

ממילא דאנקען מיר ג-ט אז די געפינט זיך בעסער ביי יעקב איטשע זון אין די זיצט נישט ביי אינז מיט אזא בויך מיט אזעלכע שווערע פראבלעמען

דרך אגב ר' ניסן לעזער אשר הי' עוד אצל מהרב"ץ הראשון קומט אין ער שאקלט זיך אריין אין די טישען אין די תורות אין די שמיעסען מדי שבת בשבתו , ביז די שפעטע שעות אין די נאכט צווייער האלב נאך צווי אין ער זאגט אז עס דערמאנט עם אלע זכרונות פון המהר"ש אין מהרב"צ הראשוןוכן ר' מענדל לנדא וכן ר' משה דוד גולדפינגער וכו' וכו'

הקנאה והתאוה מוציאין את האדם מן העולם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > לכו נרננה אצל ר' ב"צ שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext