אבער ווי קען מען דאס צולאזן? זיי מוזן דאך ראטעווען דעם דור... אן זיי קען דאך די גאנצע אידישקייט חלילה אונטערגיין... ווי קען מען לאזן דעם דור זיך אליינס פירן? ווער וועט דען ארויסגעבן די שרייענדע הילכיגע איסורים וואס פארפלייצן די גאסן אן אויפהער? ווי קען אזא זאך אפילו אין וויסטן חלום געהערט ווערן?
*******************************************
"רעוואלוציע" איז א ווארט וואס ברענגט דעם עולם צו טראכטן פון מלחמות און בלוט פארגיסונגען. אבער דאס איז נישט תמיד דער ריכטיגער באדייט פונעם ווארט. פאר א דוגמה קען מען צוברענגען דעם דעמאקראטישן רעוואלוציע וואס האט למעשה איבערגענומען א גרויס חלק פון דער וועלט (וואס טראץ אירע פילע פראבלעמען, איז עס נאך אלס – דערווייל – דער בעסטער וועג ווי צו פירן א רעגירונג) וואס דורך דעם ווערט די רעגירונג געפירט דורך רוב ציבור, אנשטאט ווי אמאל אלס א מאנארכיע.
ביי אידן איז אויך פיל מאל געווען מענטשן וואס האבן רעוואלטירט געגן דעם אנגענומענעם סיסטעם וואס איז געפירט געווארן ביז זייערע צייטן. אמאל איז דאס געווען לטובה און מאנכע מאל איז עס געווען פארקערט. אבער לאמיר נעמען פאר א ביישפיל דעם בעל שם טוב הק' וואס האט איבערגעדרייט די וועלט מהיפך להיפך אין פילע ענינים, וואס אפילו די היינטיגע מתנגדים זענען (על פי רוב) מודה אין זיין גרויסקייט און אין זיינע אויפטוען.
יא, א שטורמישע מחלוקת איז פארגעגאנגען צווישן חסידים און מתנגדים ביז נישט לאנג, און ווי דער סאטמאר רבי זצ"ל האט געזאגט אז די סיבה וואס דער ווילנער גאון האט זיך מתנגד געווען געגן דעם כת איז געווען ווייל ער האט בעיניו הק' פארגעזען וואס עס גייט פאסירן צווישן די חסידישע קרייזן, און די קריגערייען און רייבערייען וואס דאס וועט בקרב הימים צוברענגען (אויסער נאך פארשידענע ענינים וואס דאס האט מיט זיך נאכגעברענגט. אבער דאס איז נישט אונזער טעמע יעצט).
ווילט זיך פרעגן ווער גייט זיין דער היינטיגער רעוואלוציאנער? ווער גייט אויפקומען מיט פרישע איידיעס וואס זאלן טוישן די נארישע מאסן וואס גייען נאך די ר ע ב ע ל ע ך ווי שאף צו די שחיטה. זעט מען נישט אז דאס איז אלעס שוא ושקר און בלויז נארישע פוסטע סחורה? איז דען דאס געווען דער ציל פון חסידות? האט דער מייסד פון דעם נייעם דרך אין עבדות ה' געוואלט אז דאס זאל פארוואנדעלט ווערן אין א פארטיי וואס זאל זיך פירן פונקט ווי אלע אנדערע נארישע גוי'אישע שטרעמונגען?
ווי מיר זעט דאס אויס וועט דאס נישט אזוי שנעל פאסירן, און דער קומענדער רעוואלוציע צו עבדות ה' וועט קומען בלויז דורך משיח צדקינו. אבער דאס טאר נישט אפשרעקן יעדן פערזענליך צו פרובירן וואס ער קען, און מעגליך איך בין נישט גערעכט און אז דו, יא דו וואס ליינט און שרייבט אויף היידפארק וועט זיין דער וואס וועט טון דאס אומגלויבליכע.
נו, אויף וואס ווארטסטו?
נשלח ב-21/4/2006 16:53
אין איינע פון די פילע ספרים וואס קומט ארויס אין די מאסן פון הרה"צ ר' שמשון פינקוס זצ"ל האב איך געזען א אינטערעסאנטע מעשה איבער דעם ענין פון זיין א רבי.
אין בני ברק איז געווען א אדמו"ר וואס האט געהאט א ביהמ"ד אן חסידים. איינמאל איז ער אריין צום חזון איש און געפרעגט אז אפשר איז ער נישט ראוי צו זיין א רבי פון חסידים. האט ער אים געענטפערט אויב טוט ער אויף אפי' פאר איין איד דורך דעם וואס ער האט אן די איצטלא דרבנן, לוינט זיך שוין ער זאל זיין א רבי.
איך האלט אז דער באדייט פון "חסידות" היינט האט נישט קיין שייכות מיטן אמאליגען חסידות, מען האט אינזין "נאר" געלט און כבוד, און פארשטייט זיך דער "פארטיי"
א דיין "מוז" פאסקענען ווי זיין "באס" וויל אויב די האסט אפאר טאלער קענסטו טוהן וואס די ווילסט, אויב איינער "שטייט אין וועג" וועט מען עם ארויסווארפען, מען מעסט א רבי לויט וויפיהל "רבנים" קומען צו זיינע ,"שמחות" מען מאכט "זיכער" אז דער "רבי" זאל בטעות זיך נישט טרעפען מיטן אנדערען א "ברודער" איז א "פראבלעם"
אין אפילו איינער וואס ארבעט נישט אויף זיינע מידות, קען לכתחילה אויך זיין א "רבי"
נשלח ב-18/4/2006 19:11
צוריק קוקענדיג צום אנפאנג פון דעם אשכול האב איך באמערקט אז מ'רעדט דא פון רבי'ס רעוועלוצינערן, וואלט טאקע געווען פאסיג ארויפצולייגן כ"ק אדמו"ר מוואלאבאוט שליט"א
נשלח ב-20/3/2006 03:30
א גרויסער ראיה גרשון יעקבשווילי זיין ארוגנעלער נאמען ער איז פון גרוזיע דער אמת קען יעדער זעהן מיט אייגנע אויגען אז דער שטן האט אין די היינטיגע ציימען נארדי פייער פון מחלוקת אפילו דארט ווי סעז נישט דא קיין רב אדער רבי ווי אין כרעסלב ווי ער זעהט אז די זאך בליעט אביסעל שיקט ער די פייער פון מחלוקת דער מי בראש ידעבם כן נבט אז נישט נענאנגען מיט א שטרוינעם היטל די גמרא זאגט אז השית האט אים געזאגט באי אני ואתה ובן ישעי ניטיל בגן עדן האט ער נאכאמאל געוולט הערין און גפרגט מי בראש און אז השם האט גזגט בן ישי בראש האט ער גמאכט עגלים ווילסטו אז די הינטיגע עזבי קיר זאלען נישט וועלן זיין בראש אדפאפ254
נשלח ב-16/3/2006 21:25
דא האב איך געטראפן ווי ר' גרשון יעקבזאהן ז"ל זאגט ענליכע זאכן ווי מיר האבן דאן געשריבן.
וואו געפינט מען היינט אַ מרדכי?
גרשון יעקבסאָן
מגילת אסתר איז נישט בלויז אַ היסטאָרישער דאָקומענט, אַן אָביעקטיווע שילדערונג פון די דראַמאַטישע געשעענישען אין מלכות אחשורוש, נאָר עס איז אַ וועג-ווייזער פאַר אידן און ספּעציעל פאַר אידישע פירער ווי מען דאַרף זיך פירן אין גלות, ווי מיר דאַרפן האַנדלן מיט אַנטיסעמיטן און בכלל וועגען די באַציאונגען פון פאַרטרעטערס פון אידען מיט שטאַטסלייט און הערשער פון לענדער און אימפּעריעס.
מרדכי הצדיק, דער מנהיג פון אידן אין פּערסיע האָט איבערגעלעבט אַ קריטישען פּעריאָד פון אַ גזירה, וואָס האָט געדראָט מיט דער פיזישער פאַרניכטונג פון אַלע אידישע שבטים, גרופּעס און שיכטן וואָס האָבען דאַן געלעבט אין די 127 מדינות און אינזעלן פון אחשורוש'ס קעניגרייך. אחשורוש האָט געגעבן המנ'ען דאָס וואָפן צו קענען פאַרניכטען די אידן. המן איז באַטראַכט געוואָרען ווי אַ ''מעסיקער'' מיניסטער, וואָס האָט געהאַט אין זינען די עקאָנאָמישע אינטערעסן פון אחשורוש'ס אימפּעריע און האָט אַרויסגעוויזן אַן ''אַנטיפּאַטיע'' צו די אידישע קהילות און צו דעם אידישן פירער, מרדכי.
זאלי, און איך האב בכוונה מדגיש געווען: וגם הלך במקומות הגרועים...
עס זעט אויס אז דו האסט נישט געליינט די מעשה פון עשר אורות, ווייל דארט שטייט קלאר אז ער האט געשפילט קאָרטען, און דו וואלסט נישט געשריבען לא ראינו אינו ראיה
נשלח ב-10/8/2005 02:28
זאלי,
דו געדענקסט נאך ווי עס האט אויסגעקוקט די טעאטערס פון אמאל?
ווען חז"ל רעדן פון בתי טיאטראות מיינט עס אינגאנצן נישט צוליב ראיות אסורות!
נשלח ב-9/8/2005 23:41
ווער עס איז באקאנט אין חסיד'ישע ספרים ווייסט, אז אלע ווי איינער (כ'רעד נישט פון ליקוטי שיחות...) שרייבן אז מציל זיין א נפש מישראל, איז נישט קיין היתר עובר צו זיין קיין עבירות.
איך ווייס אויך אז דער רבי ר' בונם איז געגאנגען שפילן 'שאך' מיט א סוחר און אזוי אים מציל געווען, ועוד כהנה וכהנה.
דאס איז דאך איינע פון די גרעסטע פראבלעמען ביי אונזער דור, אז מען מוז גיין אין א גרויסן ברייטן הוט, מיט פארלאזטע פיאות, וכו' און אויב איז מען נישט קדוש מרחם קען מען קיין ערליכער איד נישט זיין.
נשלח ב-9/8/2005 18:38
כורמיזא, דו שרייבסט אריין זייער זיסע פשט'לעך אין דעם מר. וויין'ס פלאפלעריי.
אבער, קוק אריין אין זיין באשרייבונג, וועסטו נישט טרעפן די ווערטער וואס דו ביסט אזוי שיין מסביר פארוואס אפשר איז דער הייליגער רבי בונם אמאל געגאנגען אין א....
צו שרייבן אויף אזא צדיק וקדוש אזעלכע באגריפן ווי, אז ער איז חלילה געגאנגען אין א טעאטער וכדו' איז בזיון ת"ח און עלבון התורה אויפ'ן העכסטן גראד. זיי נישט ברוגז.
נשלח ב-9/8/2005 18:36
צו דעם וואס שרייבט אז ס'איז שוין באלד מוצאי יום טוב:
פון דיין מויל צו גאט'ס אויערן. הלוואי זאלן מיר האלטן דארט. לעצטע וואך האב איך גערעדט מיט א איד א ישיש, א שריד דור האחרון, האבן מיר גערעדט וועגן די סאטמאר מחלוקת, גיט ער מיר א זאג מיט א קרעכץ: "מיינסט אינדערהיים איז געווען בעסער? א נעכטיגן טאג" און ער האט אנגעהויבן אויסצורעכענען מחלוקת'ן פון דערהיים וואס איך בין נשתומם געווארן.
וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז די אינסטיטוציע פון רבי'סטעווע האט שוין לאנג באנקראטירט. וואויל איז פאר די וואס קלאמערן זיך ארום א חשוב'ן איד וואס איז חשוב פאר זיינע אייגענע מעשים. א מאנארכיע פון ערליכע אידן? מאן דכר שמיה.
שלמה זלמן
נשלח ב-9/8/2005 18:26
בנוגע ר' בערל וויין, דאס וואס ער שרייבט דא, ווערט געברענגט אין פארלעסליכע ספרים פון סיפורי צדיקים, און עס איז באוואוסט פאר ווער עס קען נאר אביסעל היסטאריע, (ער האט געשפילט א גאנצע נאכט מיט קארטען כדי צוריק צוהאלטען א יוד פון אן עבירה).
איך מיין אז על פי תורה איז נישטא קיין שום היתר אנצורופען א יוד בפרט א תלמוד חכם מיט אזעלכע נידריגע לשונות ווי שוטה רשע וגס רוח בפרט אז עס שקר.
האלטסט אנדערש פון אים? נעם נישט אן זיין מיינונג!
נשלח ב-9/8/2005 16:39
וועקי
איך האב נישט גענומען די מיה צו ליינען
נאר דער שוטה רשע וגם רוח, שרייבט די פאלגענדע ווערטער
The most noted unlikely rebbe, in my opinion, was the great Rabbi Simcha Bunim of Pshischa. In the 1840's he was a licensed pharmacist – some say that he was the only Jewish licensed pharmacist in Polish Russia – as well as formerly being a merchant and customs agent in Danzig. He wore Western style ''short'' clothing, knew a number of European languages, had attended concerts and the theater and was an accomplished bridge player.