מגילת אסתר איז נישט בלויז אַ היסטאָרישער דאָקומענט, אַן אָביעקטיווע שילדערונג פון די דראַמאַטישע געשעענישען אין מלכות אחשורוש, נאָר עס איז אַ וועג-ווייזער פאַר אידן און ספּעציעל פאַר אידישע פירער ווי מען דאַרף זיך פירן אין גלות, ווי מיר דאַרפן האַנדלן מיט אַנטיסעמיטן און בכלל וועגען די באַציאונגען פון פאַרטרעטערס פון אידען מיט שטאַטסלייט און הערשער פון לענדער און אימפּעריעס.
מרדכי הצדיק, דער מנהיג פון אידן אין פּערסיע האָט איבערגעלעבט אַ קריטישען פּעריאָד פון אַ גזירה, וואָס האָט געדראָט מיט דער פיזישער פאַרניכטונג פון אַלע אידישע שבטים, גרופּעס און שיכטן וואָס האָבען דאַן געלעבט אין די 127 מדינות און אינזעלן פון אחשורוש'ס קעניגרייך. אחשורוש האָט געגעבן המנ'ען דאָס וואָפן צו קענען פאַרניכטען די אידן. המן איז באַטראַכט געוואָרען ווי אַ ''מעסיקער'' מיניסטער, וואָס האָט געהאַט אין זינען די עקאָנאָמישע אינטערעסן פון אחשורוש'ס אימפּעריע און האָט אַרויסגעוויזן אַן ''אַנטיפּאַטיע'' צו די אידישע קהילות און צו דעם אידישן פירער, מרדכי.
אויך דאַן האָט מען אָנגעבאָטן מרדכי'ן איינצוגיין אויף פּשרות און געפינען אַ וועג ווי דורכצוקומען מיט דעם ''פּאַטריאָט'' המן. אָבער ''מרדכי לא יכרע ולא ישתחוה'', מרדכי האָט זיך נישט געבויגן און נישט געקניט. ער האָט זיך געהאַלטן שטאָלץ און אונטער קיינע באַדינגונגען זיך נישט געלאָזט איינרעדן, אַז ער זאָל מאַכען אַ קאָמפּראָמיס.
מרדכי איז נישט געקומען צו אחשורוש'ן און אים געזאָגט, אַז ער איז ''אַנטוישט'' וואָס אחשורוש האָט געגעבען המנ'ען אַ פרייע האַנט צו טאָן מיט די אידן ווי זיין האַרץ גלוסט. ער האָט אויך נישט געלייענט קיין סטייטמענטס צו דעם קעניג אחשורוש. מרדכי האָט קודם כל פאַראייניקט די אידן, מאָביליזירט די אידישע יוגנט און אָנגעפאַנגען מיט זיי לערנען תורה און אידישקייט. דאַן האָט ער אינטערווענירט, אַז אויך די מלכה אסתר זאָל זיך סאָלידאַריזירען מיט די אידישע מאַסן. ערשט דאַן איז געשען דער נס און די גזירה איז בטל געוואָרען.
דער אידישער פאָלק און די אידישע מדינה געפינען זיך איצט אויך אין אַ שווערע לאַגע. מיר זענען צעזייט און צעשפּרייט און מיר זענען צעריסען און צעשפּליטערט. די אַראַבער האַלטען אין איין פּלאַנירען ווי אונז צו פאַרניכטען און זיי באַקומען אויף דעם אי אַ מאָראַלישן הכשר און אי פיזישע מיטלען צו קענען, חס ושלום, פאַרווירקלעכען זייער בלוטיקע שטרעבונג. דער אידישער פאָלק און ארץ ישראל ליגן אונטער דעם שווערען שטיוול פון אַראַבישן אויל איינפלוס און אונטער דעם דרוק פון די אַזוי-גערופענע ''פריינט'' אונזערע. די אייראָפּעאישע לענדער, די ציוויליזירטע וועלט, וואָס האָט בלויז מיט עטלעכע צענדליק יאָר צוריק צוגעקוקט גלייכגילטיק ווי עס ווערען פאַרניכטעט מיליאָנען אידן, זענען איצט נישט אַנדערש. ציוויליזירטע מדינות פאַרקויפן וואָפן צו די אַראַבער, וואָס וועט שטעלען אין אַ גרויסער סכנה ישראל און אירע מיליאָנען אידן.
און וואָס טוען מיר, וואָס טוען די אידישע מנהיגים אין אַזאַ צייט?
קודם כל רייסן זיי זיך אַרום צווישען זיך. יעדער איינער וואַרפט שמוץ אויף דעם צווייטן און מען שלאָגט זיך אַרום. אין ישראל גופא האָט זיך די פירערשאַפט דערלויבט צו אַ סקאַנאַליעזען מצב. די פּאָליציי שלאָגט פרומע קנאים אין ירושלים, וועלכע פאָדערן מען זאָל אין ירושלים נישט מחלל שבת זיין. די, וואָס פּראָטעסטירען קעגען דעם, באַנוצען זיך מיט מיטלען, וואָס רופען אַרויס פאַראַכטונג ביי די מערסטע אידען. די רבנים זענען שטיל און פאַרנעמען זיך מיט קליינשטעטעלדיקע מחלוקת'לעך און די עסקנים מאַכן דערקלערונגען און מיינען, אַז מיט דעם האָבן זיי באַוויזן אַ העלדן-טאַט און געראַטעוועט דעם אידישען פאָלק.
דער הויפּט פּראָבלעם איז די שטימונג פון פאַרצווייפלונג און אומזיכערקייט וואָס הערשט צווישען אידן. עס איז נישטאָ קיין אַנטשלאָסנקייט צו שטרעבן צו אַ גייסטיקער רעוואָלוציע וואָס זאָל דערמינטערן די פאַרחלש'טע און בלאָנדזשענדע און געבען זיי אַ שטראַל פון האָפענונג, אַז עס דערוואַרט זיי אַ ישועה. דער עולם פילט זיך דערדריקט און פאַרלוירן. איבעראַל הערט מען די שטימען פון פאַרלעגענהייט און צווייפל.
אויסטערלישע טיפּשים פּאַראַדירן מיט האַס און מיט העצעס און דערמוטיקן דעם אַנטיסעמיטיזם מיט דעם, וואָס זיי דעמאָנסטרירן פאַר די גויים ווי אידן פירן מלחמות. עס איז נישטאָ דער מרדכי וואָס זאָל לערנען דאָס פאָלק ווי זיך נישט צו בוקן און נישט קאַפּיטולירן צו די ווילדע אינסטינקטן און גויאישע פאָדערונגען. מיר זענען אונטער דעם אַוואַלאַנש פון אָפענע און באַהאַלטענע גזירות און קיינער טראַכט נישט אפילו ווי צו ראַטעווען דאָס וועלט אידנטום. מען ליגט אונטער דעם אייזערנעם שטיוול פון אויסערליכע און אינערליכע באַדריקער און אַלץ וואָס מיר הערען איז דעם אידישען קרעכץ, ווען מגילת אסתר גיט אונז אַ קלאָרן דרך ווי אַרויסקריכען פון דער היינטצייטיקער דילעמאַ: לך כנוס את כל היהודים... )* גרשון יעקבסאָן ז''ל האָט געשריבן דעם אַרטיקל לכבוד פּורים 1981. |