בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

קווינס קעמפ: והיה מחניך קדוש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/8/2005 16:57 לינק ישיר 
קווינס קעמפ: והיה מחניך קדוש

שוידערליכע פאסירונגען גייט פאר אין די קווינס קעמפ זייט אנהייב זומער, עס איז בבחינה אין לך יום שאין קללתו מרובה מחברתה, די מחנכים און מגידי שיעורים זענען שרעקליך פארצווייפלט און אויפגעבענדיג אויפן מצב הנורא, און ליידער כשיורדין יורדין עד לעפר רח"ל ה"י.

פאר צוויי וואכן צוריק איז אבער געקומען א שטיקל שינוי לטובה, די הנהלה האט גערינדערט א ספעציעלע וועד למשמרת הקדושה, וואס גייט מאכן א סוף צו די אלע שרעקליכע עבירות חמורות, און גייט אפשטעלען די שורש דערפון דאס איז די וועלדער וואס ג-ט זאל מרחם זיין וואס עס קומט דארט פאר ליידער בעוה"ר. און פארשידענע שריט איז אונטערגענומען געווארן.

1) די הנהלה האט איינגעקויפט צוויי טייערע גאלף רעסער טרעקלעך, וואס קען פארן אין די וועלדער גאר שנעל צווישען די ביימער און אויף בערג, די טרעקעל מאכט גאר א קליינע גרידער, און יעדע איינע דערפון קאסט $6500, און מען האט אויפגענומען פינף משגיחים וואס גייען דערמיט ארום פארן אין די וועלדער 24 שעה א טאג פון מוצש"ק גלייך נאכן זמן ביז ערב שבת ביים זמן.

2) שבת נאכמיטאג וועלן 4 משגיחים ארום גיין אין די וועלדער, און אכטונג געבן.

3) עקסטערע 3 משגיחים זענען אויפגענומען זיך ארום דרייען אין די באנקס 24 שעה א טאג און אכטונג צו געבן אויף די קדושה ענינים.

4) אזוי אויך איז געקויפט געווארן די גאר טייערע סאפיטיגערטע נאכט שפאקטיווען (קוקערס), וואס די אמעריקאנע מיליטער נוצט אין איראק אפגאניסטאן צו קענען זעהן דערמיט ביינאכט, יעדעס שטיקעל דערפון קאסט 2200, און מיט דעם גייען די משגיחים ארום אין די וועלדער.

5) אן עקסטערע קאמיטע איז אויפגעשטעלט געווארן פאר די ועד משמרת הקדושה פון ערליכע חשובע אינגעלייט וואס וועלן פארשאפן די געלט דערפאר, אזוי אויך א שטאב פון בני תורה וואס וועלן טוען די רוחניות חלק.

די בחורים האבן די וואך זונטאג געלייגט א יד אויף איין גאלף טרעקטעל אין עס צומזיקט, און צולעכערט די רעדער, די בחורים האבן אריינגעלייגט ציקער אין די אויל טאנק, און די טרעקעל איז געגאנגען שלאפן.

די ישיבה זיכט נדבנים פאר די וועד משמרת הקדושה, די גאלף קארס קאסטן גאר אסאך געלט אזוי אויך די שפקאטיווען, ווער עס וויל האבן א חלק דערין אין די גרוסע מצוה פון ראטעווען בחורים זאל זיך מעלדן צו די הנהלה.

איין טרעקעל האט ר' משה שמוא' זופניק מנדב געווען, נאכדעם וואס ער האט געהערט א באריכט פון א גוי א שכן, וואס האט אים פארציילט וואס ער זעהט ליידער אלס אפ וואס די בחורים טוען אפ רח"ל, און ער האט אים געזאגט אז עס איז א בושה אפילו פאר א גוי און כל שכן פאר איד איד.

ר' משה שמואל האט עס מנדב געווען לע"נ די רעבצין הרבנית הצדיקת אלטא פייגא ע"ה, כדי מקיים צו זיין די להחזיר עטרה ליושנה.

והיה מחניך קדוש!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/8/2005 18:40 לינק ישיר 

דער וואס גלייבט איין ווארט וואס דער באקאנטער נייער שקרן פין היידפארק שרייבט דא, דארף א דאקטאר.

נעבעך, אביסעל צוריק צו צאלען אויף ר' אהרן דרשה, וואס חוץ פין די ניוול פה דערפין, איז ער דאך מגלה אז גאר שרעקליכע זאכען קומען פאר בקהלתו, פראבירען זיך אפאר חברה צו נעמען שרייבען שמוץ אויף עדת רז"ל,

פראבירט און פראבירט, געט נישט אויף, אפשר וועט זיין איין נאר וואס וועט גלייבען.....




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2005 17:02 לינק ישיר 

אזוי גאר?!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > קווינס קעמפ: והיה מחניך קדוש
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext