| נשלח ב-10/8/2005 21:50 |
|
| |
פריוואטע צרות און סודות - פארבאטן
טייערע חברים,
איך וויל איבערגעבן בשם מיינע קאלעגעס די מנהלי הפורום א פאליסי וואס איז אלס געווען אין "חדשות אנש", נאר אזוי ווי לעצטענס האבן אסאך גולשים פארלעצט דעם תקנה, דארף מען עס נאכאמאל קלאר מאכן.
סיז א דבר פשוט אז צרות און שמוץ פון פריוואטע יחידים, וואס האט גארנישט מיט פאליטיק, די משפחה שעמט זיך דערמיט און פרובירן עס צו פארהוילן פון די גאס, איז פארבאטן צו אויסשמירן אויפן פורום.
נישט קיין חילוק צו סיז באשריבן אין גויאישע צייטונגען, צו דער פארשוין איז א פובליק פיגור, אויב די מעשה האט גארנישט מיט פאליטיק אין ס'פארשעמט די משפחה איז עס פארבאטן
אפגערעדט אויב סיז טאקע א שטיקל סוד, און סיז א פריוואטער מענטש איז דאך טאקע א רשעות און רציחה.
איך אלס א גולש בין נישט נייגעריק צו ליינען פריוואטע סודות אין צרות פון אידישע משפחות.
ביטע פארשטיין די ערענסקייט און זיך האלטן דערצו.
מיט דאנק
אייער געטרייער מקוה_איד, בשם כל המנהלים
|
|
|
|
| נשלח ב-10/8/2005 22:28 |
|
| |
חילך לאורייתא
כ'אב הנאה אז אידיש בלוט איז נישט הפקר, אז חדשות אנ"ש ועוט זיך האלטען ריין וועלן זיך אלע האלטן ריין.
עס איז ממש א בושה אז אין בחדרי חרדים האלט מען פאר א חשיבות ארויפצוברענגען די זאכען.
שומר נפשו ירחק מהם.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/8/2005 22:00 |
|
| |
אינגערמאן, פארגעס דערפון.
עס איז שוין היינט דא טוירנסטייל'ס...
|
|
|
|
| נשלח ב-10/8/2005 21:58 |
|
| |
און איך באדאנק דיך יעצט פאר "אלעמאל"...!
ממש א גוט הארץ...
|
|
|
|
| נשלח ב-10/8/2005 21:58 |
|
| |
חזק ואמץ!
און איך האב געמיינט אז ס'איז שוין נאכאמאל ר"ח און דו בעטסט שוין ווייטער מקוה געלט
אגב, יעצט אז די מקוה איז שמוציג און קאלט, סאו די וואך באצאל איך נישט די פולע פרייז
|
|
|
|
| נשלח ב-10/8/2005 21:54 |
|
| |
איין מאל וואס איך קאמפלימענט דיך אויך. 
|
|
|
|
|