אזוי ווי עס איז נאך געבליבען גאנצע "דריי" טעג צום התנתקות. וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערען די מיינונגען פון אנ"ש איבער די התנתקות.
1 איז מען מחייב אויף צו קלערען די מתנחלים דעם דרך פון ויאל משה (די הארב קייט )
2 אדער דארף מען זיך בכלל נישט אריינמישען איון דעם
3 אדער כל ישראל ערבים זה לזה מען דארף זיי העלפען מיט עפעס א וועג
4 לויט שיטת "ויאל משה", מעגען די מתנחלים זיך קעגען שטעלען די ציונים ווייל אפשר איז דאס נישט דינא דמלכתי דינא, אזוי ווי דער נ. המדינה האט נעכטען געזאגט
5 למעשה לויט שיטת ויואל משה מעג מען ממלה דארט נישט וווינען מפני התגרות באומת אבער וואס וועט זיין אויב מאגען וועלען די ציונים זיך נעמען איבער ירושלים אדער בני ברק איז שייך דינא דמלכתי דינא
וואס זאגט איר וועגען דעם ? לויט אלע שיטת?
זאלשויןזייןשלום
נשלח ב-17/8/2005 02:49
ניין בשעת מלחמה מעג מען מפנה זיין קברים.
נשלח ב-17/8/2005 02:48
וואס איז דער דין לגבי מפנה זיין קברים פון גוש קטיף ?
גייט דאס אריין אין גדר פון חטיטי שכבה ?
נשלח ב-17/8/2005 01:22
צבי
וואס מיינט פארשטאנדיג אויף יידיש?
"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.
נשלח ב-16/8/2005 23:06
wassa
מנשה פיליפ איז דיין מקור?
איז שוין אלץ פארשטאנדיג!
נשלח ב-16/8/2005 22:06
אנאנאליזער
אבער לפי דעם בעל ויואל משה הנ"ל איז אפילו אויב מ'זאגט אז איז נאר א דרבנן איז עס אזוי חמור אז עס איז דוחה אפילו דעם מצוה עשה של ישוב אר"י עיין שם (לע"ד)
WASSA
איין מאהל האלט איך מיט דיר מיט איין נקודה!
עס איז א שקר מוחלט צו טענה'ן "לא תחנם" איבער שטחים
די ציונים-מתנחלים טענה'ן אז 'ריבונות' פון מדינת ישראל מיינט אז דער באדן\לאנד איז אונטער יד ישראל.
אבער ווען עס קומט צו שמיטה פון א פעלד וואס אן אראבער האט נעבען צפת וכדומה זאגען זיי אז עס איז גערעכנט פאר 'ביד גוי' ממה נפשך! אויב 'ריבונות' איז 'ביד ישראל' ווי אזוי קען דאס הייסען ביד גוי?
דער אמת איז אז אלע פוסקים (שו"ת מנחת יצחק) האלטן אז נישט נאר לאנד אונטער מדינת ישראל איז נישט 'ביד ישראל' נאר אפילו די אקופירטע שטחים זענען נישט גערעכנט פאר ביד ישראל פאר דעם האלט מען נישט קיין שמיטה אויף אראבישע פירות.
אין דער תורה איז בכלל נישט דא אזא מושג פון 'ריבונות' ווייל 'ביד ישראל' מיינט אז א איד איז דער בעל הבית פון דעם לאנד ממש!
בן מלך, בוודאי יש נפק"מ גדול בכל מו"מ הלכתי בין דאוריתא לרבנן
(אף אם אינו תמיד נפק"מ למעשה)
וננקוט לדוגמא כאן, בוודאי שלא שייך האיסור דרבנן בנידון דידן, מחמת כמה טעמים מובנים, ופשוט.
נשלח ב-16/8/2005 21:29
,yohcee718
Quote from SIM89
"מסירת שטח בארץ ישראל המיושב ע"י יהודים ליאנם יהודים הוא איסור דאורייתא של "לא תחנם""
Quote from SIM89
"אך מצד שני זהו גם איסור דאורייתא"
Thats All
תוקן על ידי - אנאליזירער - 16/08/2005 21:45:40
נשלח ב-16/8/2005 21:26
און בכלל, אויף א שטח שיפוט איז נישט דא קיין דין לא תחנם, ס'גייט נאר ארויף אויף א פלאץ וואו ס'וואוינען מענטשען. איז אין די רגע וואס די ציונים ימ"ש האבען איבערגעגעבען די הערשאפט פאר די אמת'ע בעלים, אויב זיי פאדערען אז מ'זאל פארלאזען דאס פלאץ איז פשיטא אז מ'דארף מקיים זיין די גזירת גלות, און ס'נישט גילטיג קיין לא תחנם.
"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.
נשלח ב-16/8/2005 21:15
אנאנאליזער
אין ויואל משה מאמר ב' אות ח' ט' האלט ער
אז עס איז דא אין דעם א גרויסע פלוגתא און ער האלט אז לא תחנם ולא ישבו בזה"ז איז לכל הדעות חמור יותר ממצות ישוב אר"י
תוקן על ידי - yohcee718 - 16/08/2005 21:15:29
נשלח ב-16/8/2005 21:14
אנאלאזירער, סליחה.
זה רק דרבנן. ואשר על כן?
נשלח ב-16/8/2005 20:22
סים חביבי, לא תחנם אינו דאוריתא
רק אוקמיהו אקרא, עיין מס' ע"ז סוף פרק אין מעמידין
נשלח ב-16/8/2005 16:09
SIM
ערשטענס, די גאנצע מכירה איז הערמה גלויה.
צווייטענס, ביי אידען שותו"מ איז אודאי דא לא תחנם, ביי אפיקורסים נישט. די שאלה פון היתר מכירה איז נישט געווען נאר די פעלדער פון אפיקורסים.
"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.
נשלח ב-16/8/2005 15:53
א"כ לשיטתך אין איסור בהיתר מכירה של הרה"ר בשמיטה.
והחזו"א זיע"א אחז שיש בזה לא תחנם.
נשלח ב-16/8/2005 15:50
שלוםצואידן
ס'ריכטיג אז דער רבי אליין האט דאס כמעט קיינמאל נישט געזאגט. איך האב געהערט פון ר' מנשה פיליפ אז אויף קוק ימ"ש האט ער עס יא געזאגט. אבער ער האט אויך קיינמאל נישט געזאגט אז מ'טאר עס נישט זאגען.
די מנחת אלעזר פלעג זאגען ציוניסטען אגודיסטען מזרחיסטען ימ"ש.
א סאך אנדערע רבנים האבען זיך יא אזוי אויסגעדרוקט.
אויף שבתאי צבי זאגסט דו ימ"ש? אויף יאשקע מעג מען זאגען ימ"ש?
SIM
לא תחנם איז אדער לא תתן להם מתנת חנם אדער לא תתן להם חנייה בקרקע.
מתנת חנם איז נאר ביי א גוי שאינו מכירו און פאר די קלענסטע טובת הנאה מעג מען שוין מכש"כ דא.
לא תתן להם חנייה בקרקע גייט פונקט אזוי אויף די ציונים ווייל דער סיבה דערפון איז פן יחטיאך. און אזוי ווי ס'נישט דא קיין איסור איבערפיהרען פון איין גוי צו'ם צווייטען איז נישט דא קיין איסור איבערגעבען פון א ציוניסט צו א גוי, בפרט אז א מין איז ערגער פון אן עע"ז.
בכלל, איז נישט דא קיין ספק אז וואוינען דארטען איז פיקוח נפש און מ'מעג פארלאזען א שטוב פאר א גוי במקום פיקו"נ.
"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.
נשלח ב-16/8/2005 12:43
איך האב נישט געליינט אלע תגובות אין אשכול, אבער איך וויל שרייבן ערשט מיין מיינונג ווי אזוי דארף מען קוקן ארויס אויף אלע געשענישן.
ברור שלדעת התורה הק' ענין הממשלה קודם ביאת המשיח הוא עוון פלילי, ובפרט שכל המטרה היא להעביר את ישראל מעל אמונתם.
היישוב בתחומים שמעבר ל"קו הירוק" הינה התגרות באומות באופן נורא שהמיט עלינו כבר אסונות גדולים ונוראים.
מסירת שטח בארץ ישראל המיושב ע"י יהודים ליאנם יהודים הוא איסור דאורייתא של "לא תחנם" שלפי רוב דעות נוהג גם בזה"ז.
ברוב השטחים המיועדים לפינוי גרים שומרי תומ"צ, וחלקם הגדול אף שומרים שמיטה כדת ללא מכירה.
ומכאן הקונפליקט הגדול ביחסנו לכל המתרחש, כשמחד גיסא זהו חורבן ממשלת המרידה בה', והפסקת המרידה באומות. אך מצד שני זהו גם איסור דאורייתא, וחורבן של אלפי אנשים מאחינו ובשרינו אף אם טועים הם בענייני דעות החמורים.
לכן לדעתי, צריך להיות עצובים וכואבים את כאב היושבים שם, שזה כאב אמיתי על יהודים תמימים שנעשה להם עולה גדולה, ומצד שני לא להביע התנגדות למהלך, אלא ישב בדד וידום.
וכך אכן נוהגים באר"י רוב ההיימישע אידן.