בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

מיין איינצוגס דרשה אין פארט לי...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/8/2005 16:41 לינק ישיר 
מיין איינצוגס דרשה אין פארט לי...

אין ליכט פון די ערווארטעטע אורטייל פון די נ.י. סיטי העלט דעפערטמענט איבער מציצה בפה, וואו די מאדערנע ארטאדאקסן (אזא פאראדאקס..) וועלן גאנץ באשטומט אפהאלטן א זיג איבער די אולטרא ארטאדאקסן, האבן איך באשלאסן צו מקדים זיין די רפאוה.

ווען איר האלט ביים אפרעכטן א ברית מילה, און נישט די ברית חדשה... אבער איר זענט געצוימט מכח די העלט דעפ., זארגט נישט, האלט פאר די אויגן אז "בדעבד" האט נארוואס געגרינדעט א ביהמ"ד אין פארט לי, נוי זשורסי, אינדרויסן פון די סיטי יוריסדיקציע.

תיכף נאכן גורג וואשינגטאן בריק, א 15 מוניט דרייוו אויפן עף. די. אייר. האט איר א שול מיוחד פאר ברית'ן!

איך זיך נאך א נאמען פאר די קהילה, גולשים: ביטע ארויסהלפן.


דא האט איר א טייל פון מיין איינצוגס דרשה, געזאגט מעוטף בטלית הארט נעבן א שפאגל נייע כסה של אליהו, בשעת מיין מויל איז מלוכלוך מיט דם ברית כל"ח(עיון בכוונת לר"ה):

...מ'קען אפשר זאגן פשט, מ'זאגט "כשם שנכנס לברית כן יכנס...ולחופה...

די גמרא אין ברכות זאגט במערבא, כי נסיב אינש אתתא - אמרי ליה הכי: "מצא או מוצא"?

קען זיין, עס גייט ארויף אויף אונזער זמן, וואו מ'וועט נעבעך פאר א שידוך זיך מוזן נאכפרעגן צו דער חתן האט געהאט אן אויסגעהאלטנע ברית וועט מען פרעגן מָצה - האט מען געזויגן אדער מוציא - מ'האט דאס בלויז ארויסגענימען!

און דער חידוש איז: במערבא! אין די מערב וועלט ווי עס הערשט מכלומר א "פרידאם אף רעליגיע", דארט וועט עס צוקומען צו אזא מצב.

דאס איז פשט, כשם שנכנס לברית -לויט דער אופן הברית, יכנס לחופה - אזא שידוך וועט ער טוהן!
....

די לעצטע שורות זיינען געזאגט געווארן מיט א קול בוכים ממש

דער עולם איז זיך צוגיינגן מיט א פעסטע החלטה



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/8/2005 18:46 לינק ישיר 

דערווייל בלייבט מיין קהלה מיטן נאמען: קהל עדת מוצי"ם ד'פארט לי




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/8/2005 07:32 לינק ישיר 



וואס איז געווארן פון אונזער אמעריקע?

וואס די משכילים האבען פרובירט אין רוסלאנד דייטשלאנד עסטרייך ועוד און נישט מצליח געווען, וועלן די משכילים אין די גאלדענע מדינה יא מצליח זיין?

היה לא תהא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/8/2005 20:24 לינק ישיר 

ידו של טענדלער גייט נישט ארויס פון די גבולות פון נו יארק?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/8/2005 19:59 לינק ישיר 

איך וועל זאגן די זעלבע ווי די פריערדיגע ווייל דאס איז די אריגינאלע תגובה וואס קומט ארויס פון זיך אליין ווען מען לייענט דאס


יענץ געלעכטער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/8/2005 18:02 לינק ישיר 

און אויב דער ענטפער איז מוציא איז ער א פארפאלענער אדער קען מען דאס נאך מתקן זיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/8/2005 17:58 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/8/2005 16:48 לינק ישיר 



אבער יענץ געלעכטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > מיין איינצוגס דרשה אין פארט לי...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext