הייליגער זשיד, אינגערמאן איז גערערכט, און ברענגט ארויס עטליכע שטארקע שפיצן, וואס מ'קען נישט געבן א מאך אוועק.
דו האלטסט כסדר אין איין אויפברענגען די חילוק פון "זיי" און "אונז". איך ווייס נישט וואס דו מיינסט מיט "זיי". די שורה התחתונה איז קלאר, אז א אינגערמאן וואס זיין טאטע און שווער און משפחה גייען מיט לאנגע געקרייזעלטע פיאות הענגענדיג איבערן צלם אלוקים, און ער איז משנה. איז ער געפאלן א דרגה אראפ!. איינער וואס פלעגט גיין מיט א שיינע וואלענע טלית קטן אינדרויסן, (ס'מוז נישט זיין געל און שמוציג), און ער באהאלט דאס אונטערן העמד, איז ער געפאלן א דרגה (אדער עטליכע דרגות) אראפ!
פארשטייט זיך אויב עס איז דא ריכטיגע סיבה דערצו צ.ב.ש. ער ארבעט אין אן אפיציעלער אפיס אין מאנהעטן, אדער אין א פלאץ וואו מ'דארף האנדלען מיט נישט אידן וכדו'. ווי מ'זעט פיל אידן וואס גייען אינדערוואכן אזוי בלית ברירה'דיג באהאלטן מיט די פרומען לבוש.
ווער רעדט נאך ווען דער בארד הייבט אן צו קלענער ווערן רח"ל, דאס ווייזט שוין אויף גאר טיפע וואונדן אין תוך תוכיות. אבער שבת און יו"ט וואקסט צוריק ארויס דער לעכטיגער אידישער צורה. מהיכי תיתי, מ'זעט דאך אז ס'איז בלית ברירה.
ווער רעדט נאך ווען דער בארד הייבט אן צו קלענער ווערן רח"ל, דאס ווייזט שוין אויף גאר טיפע וואונדן אין תוך תוכיות.
אנדערש איז ביי אנדערע קרייזן, ווי מ'גייט קיינמאל נישט מיט די ציצית אינדרויסן, און מ'גייט אן א בארד וכד' וועט נישט הייסן געפאלן אויב דער זון טוט נאך דעם טאטן און זיידן און גייט אויך אן א בארד.
אבער דער פאקט (חוץ ממש"כ בספה"ק בענין חיצוניות משפיע על הפנימיות) איז אז א איגערמאן מיט אגרויסן טלית קטן, אדער ווייסע זאקן וועט זיך נישט געפונען באקוועם אין די הרי חושך אין וואודבוירן... (מוצש"ק וכו').
דער יוד מיטן פולן לבוש וועט זיך נישט טרעפן דאס פלאץ אין די אלע מקומות המטונפות. דאס איז פשוט "קאמאן סענס". והראי' אז אפילו די היימישע וואס מ'האט ליידער געטראפן וואו מ'דארף נישט. איז קיינער נישט געווען מיט דעם גרויסן טלית קטן..
ועל כולם איז דאס נישט קיין אישו פון סאטמאר אדער קלויזנבורג צי גור וואס מוזן גיין מיט א מסויים'דיגע לבוש, דער מציאות אין אלע דורות איז געווען ביי אלע חסידות'ן פון ארץ ישראל, רוסלאנד, אוקריינע, פוילן רומעניע און אונגארן ועוד האבן די חסידישע אידן זיך נישט גערירט פון לבוש קיין זיז כ"ש. און נישט נאר חסידישע, נאר אפילו אשכנז'ישע און ליטווישע אויב איז מען ביי זיי אוועק פון די אריגינעלע לבוש, האט מען געוואוסט אז יענער איז ל"ע נחמץ... ממילא האט דאס נישט מיט קיין ספעציעלע קרייז וואס נאר זיי מעגן, מוזן, אדער טארן נישט...
 |
|
|