| נשלח ב-19/8/2005 23:23 |
|
| |
ביי א הרהור תשובה: וואס טראכסטו?
ס'איז דא מאנכע וואס ביי א הרהור תשובה, טראכטן זיי אלץ פון "יענעם", וואס יענער דארף מתקן זיין.
אמאל איז דער "יענער" די אייגענע ווייב. זי זאל זיך אנטוהן-טוישן-אויסטוהן נאך א לבוש.
אוודאי, איז דא זאכן וואס מען ברויך צו פארריכטן אין מלבושי נשים.
אבער צומאל פארגעסט מען אינגאנצן אריין צו קוקן אין "זיך" אליין, וואס דארף "איך" פיקסן?
גרויסער צולייגער וואס איך בין, הא? איך האב יעצט געטוהן די זעלבע, נו שוין, מיילא, איך האב דאך געוואלט עפעס אנהייבן א לעבעדיגע אשכול
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2005 01:31 |
|
| |
א "לעבעדיגער" אשכול...??!!!
דער אשכול האט שוין אפגעקאסט השם ירחם נישט מער געדאכט ווי א מנין נפשות קדושות מישרא'!!
עס איז העכסט צייט אז יעדער "פאר זיך" אהן אריינמישן "יענעם" זאל זיך נעמען אין די האנט אריין!
איך לכשעצמי האב מיר פארגענומען מיטן אייבערשטענס הילף א שיעור יעדן צופרי, ובשם ה' נצליח
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2005 03:04 |
|
| |
עס איז א פאראדאקס (= סתירה), דא זאגט מען אז ווען מען האט א הרהור תשובה, דארף מען טראכטען פין זיך,
און מצד אחר, אז יענער טראכט נאר פין יענעם....
א פאראדאקס קען זיין אמת כידוע, וה"ה כאן.
עם כל זה, זאל "יעדער" אויף הערען טראכטען פין יענעם, און זיך נעמען צו "זיך" אליין...
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2005 03:11 |
|
| |
די ספרים הקדושים, אנגעהויבן פון די ראשונים ווי דער הייליגער רמב"ם און ווייטער ביז חסידישע ספרים און בעלי מוסר, זאגן פה אחד, אז דער יסוד פון תשובה איז א "חשבון הנפש" בקביעות, יעדע נאכט פאר קר"ש, אדער פאר'ן שלאפן גיין. אדער ווי דער הייליגער ר"ר אלימלך שרייבט אין צעטל קטן, אז מ'זאל זיך מתבונן זיין פרי פארטאגס, און דעמאלס וועט מען זען די עבירות ווי הרים וגבעות.
מאנכע עפענען א פלא יועץ, און קוקן אין די מפתח, צו זען ענינים וואס מ'דארף מתקן זיין. אדער קען מען עפענען אנדערע מוסר ספרים וואס זענען מעורר אויף תשובה ותיקון המעשים.
ה' יעזרנו שנזכה לתשובה שלימה ואמיתית בתוך שאר ישראל.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2005 03:55 |
|
| |
מענין לענין וואס דארף א היידפארק מעמבער טראכטען ביי א הרהור תשובה?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/8/2005 23:25 |
|
| |
אויפצוהערן ליינען און שרייבן אין הייד פארק
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2005 00:44 |
|
| |
בכל הספד רח"ל, תשמעו את המספידים מקוננים ש"הכל בגלל הנשים". תמיד הנשים אשמות.
אגב. מי יודע, מניין אנו יודעים שהרהור תשובה הוא לשון זכר?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2005 17:01 |
|
| |
סעמי, ווייל אז נישט וואלטן מיר עס געהאט מער אפטער.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2005 18:11 |
|
| |
kutchma
שתהיה לי בריא.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2005 19:39 |
|
| |
סמי ידידי, ענדליך הערשט מען שוין עפעס פון אמרותך הנעימים אין דעם אשכול
יאך האב געזאגט די זעלבע, זעה די ערשטע תגובה אין אשכול
און קוטשמע ס'איז גוט דיר צו זעהןו נאכאמאל מער אקטיוו
|
|
|
|
|