בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

די חילוק צווישן ישראל און אין אמעריקע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/8/2005 21:42 לינק ישיר 
די חילוק צווישן ישראל און אין אמעריקע



וואס איז די חילוק צווישן ישראל און אין אמעריקע?


אין ישראל: ווען איר גייט קויפן עפעס, און טאמער דער מוכר האט נישט קיין נערווען צו מאכן עפעס עקסטער וועט ער דיר זאגן אז ס'לוינט נישט, אדער ס'איז נישט גוט, און כל מיני תירוצים.
אין אמעריקע: ווען איר גייט קויפן עפעס וועט דער מוכר זאגן אויף אלעם נאו פראבלעם באט ס'קאסט אביסל מער.

יעצט: ווי גייט דער קאסטומער ארויס מער צופרידן?
זיכער אין אמעריקא ווייל ער האט באקומען פונקט וואס ער האט געבעטן!

אין אמעריקע: וואוינט מען צווישן גויים און מער ווייניגער איז אלעס אוקעי.
אין ישראל: אז מען וואוינט צווישן די גויים (אראבער) איז אוך אין וויי, או אפי' מ'וואוינט צווישן די פרייע האבן זיי אייך אויך פיינט.

אין אמעריקע: כמעט יעדע הארדווער סטאר האט א מקווה אינעם סטאר.
אין ישראל: קיין איינס נישט.

אין אמעריקע: ברענגט מען סחורה פון טשיינע.
אין ישראל: אויך.

אין ישראל: דארף מען אכטונג געבן ווי מ'קויפט פרוכט / גרינצייג.
אין אמעריקע: נישט, ווייל מ'דארף נישט מעשר'ן

אין אמעריקע איז דא טראנספארטעישן 24 שעה א טאג.
אין ישראל: נישט.

אין ישראל: ווען איר דינגט אן אפארטמענט דארפ איר אויך צאלן די טעקס און אזוי אויך אלע בילס.
אין אמעריקע: ווען איר דינגט אן אפארטמענט דארפט איר נישט צאלן די טעקס, וואסער, סטים.

אין ישראל: א פרומע געגענט קאסט טייער רענט / קויפן אפארטמענטס.
אין אמעריקע: א יידישע געגענט קאסט טייער רענט / קויפן א אפארטמענט.

אין אמעריקע: ארבעט מען נישט זונטיג:
אין ישראל ארבעט מען יא זונטיג.

אין אמעריקע: ארבעט איר ווי א פערד און איר האט נישט קיין לעבן.
אין ישראל: ארבעט איר ווי א שעפעלע און איר מאכט נאך אויך א לעבן.

אין אמעריקע: קענט איר האבן א פרי (אומזוסטיגע) טשעקינג אקאונט.
אין ישראל: איז נישט דא אזא זאך, נאך מער, יעדע סערוויס אין באנק קאסט.

אין אמעריקע: קענט איר האבן א קרעדיט קארד אן האבן א בענק אקאונט.
אין ישראל: נישט.
אין אמעריקע: קענט איר מאכן לייסנס זייער גרינג.
אין ישראל: קענט איר אויך מאכן לייסענס, באט נאר נאכן אריבער גיין שבעה מדורי גיהנם.

אין אמעריקע: קענט איר דרייוון מיט א פערמיט פאר איר האט א לייסענס:
אין ישראל: איז נישט דא אזא זאך בכלל, נאך מער. ווען איר האט שוין יא ענדליך א לייסענס איז די ערשטע האלבע יאר דארף איינער וואס האט לייסענס מיט פארן מיט אייך.

אין אמעריקע: אויב לערנט איר דרייוון אויף א אוטמאטיק קאר קענט איר דרייוון א סטיק שיפט.
אין ישראל: אויב לערנט איר דרייוון אויף א אוטמאטיק קאר און איר ווילט דרייוון א סטיק שיפט דארפט איר אריבער גיין לעסענס, מיט נאך א עקסטערע טעסט אויפן סטיק שיפט קאר.

אין אמעריקע: קענט איר מיט אייערע לייסענס דרייוון א 10 / 12 פיסיגע טראק.
אין ישראל: דארפט איר א עקסטערע לייסענס דערפאר.

אין אמעריקע: קענט איר מיט אייערע לייסענס דרייוון א פיפטין פעסנדזשער ווען.
אין ישראל: נישט.

אין ניו יארק: איז דא פארקינג מיטער'ס אויף גאסן מיט אסאך סטארס.
אין ירושלים: איז נישט דא קיין מיטער'ס אויף אזוינע גאסן, נאר מ'טיילט טיקעטס ווי שוועמלעך נאך א רעגן.

אין ישראל: קען מען נוצן די עירקאנדישן ווינטער.
אין אמעריקע: נישט.

אין אמעריקע: איז א ג'י פי עס א גוטע זאך.
אין ישראל: טוישט מען די גאסן יעדע שטיקל צייט.

אין ישראל: עסט מען אסאך סאלאטן פאר די פיש ביי די שבת'דיגע סעודה.
אין אמעריקע: נישט.

אין ישראל: איז דא אסאך פאטאגרפיסטן ביי רבישע פאראדן.
אין אמעריקע (ניו יארק). איז נאר דא איינער הערשי רובינשטיין

אין ניו יורק: פארקויפט א געוויסע סטאר אויף 13טע עוועניו אלע מיני טעיפס.
אין ישראל: די זעלבע סטאר פארקויפט נאר היימישע טעיפס.

אין ישראל: ווען א יוד גייט אין טעיאטער ווערט ער באגאסן מיט קללות פון די פרייע עלעמענטן.
אין אמעריקע: ווען א יוד גייט אין טעיאטער קוקן די גויים ניטאמאל אויף עם.

אין אמעריקע: ווען איר קויפט פירניטשער אדער אנדערע גרויסע זאכן, האט איר א אומזיסטע דעליווערי.
אין ישראל: נישט.

אין ישראל: קויפט מען יעדע וואך כל מיני ניסלעך לכ' שבת.
אין אמעריקע: נאר די איזראעליס טוען עס.

אין אמעריקע: האט הצלה כל מיני שיינע בליטשקעדיגע לייטס.
אין ישראל: האבן די הצלה איין טשערי לייט אזוי ווי די סקען יונעטס אין אמעריקע האבן.

אין ישראל: פאליס פארט נישט אריבער א רויט לייט נאר ביי א עמערדזשנסי.
אין אמעריקע: יעדער קנאקער (אן א נ) פארט אריבער רויט לייטס.

אין אמעריקע: ווערט מען א שייגאץ צוביסלעך.
אין ישראל: ווערט מען א שייגאץ אווערנייט.

אין אמעריקע: ווער עס האט אינטערנעט צאלט פאר איין קאמפאני.
אין ישראל: צאלט מען פאר צוויי קאמפאניס. פארן טעלעפאן און פארן פרוויידער.

רוב זאכן וואס איז דא געשריבן רעדט זיך בעיקר פון ניו יארק מיט ירושלים




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/8/2005 14:51 לינק ישיר 

meshug

אין בנק הדואר איז טאקע דא פרי אקאונט, באט האסט גארנישט קיין בענעפיטס, נאר טשעק'ס.
נישט קיין עי טי עם / קרעדיט קארד.

זאליweaky
פראביר עס אויס.

שלום_משה
הלוואי זאלן דיינע ווערטער זיין אמת איבראל.

כ'וועל פארציילן א מעשה וואס עס האט פאסירט מיט מיר אין ירושלים פאריגע וואך דינסטאג.

כ'האב געהאלטן אינמיטן לערנען מיין שיעור קבוע, אינמיטן באקום איך א טלעפאן קאל פון א חשובע פרזענליכקייט אין סאטמאר מוסדות, אז איך זאל קומען מאכן בילדער ביי א חומש סעודה וואס קומט יעצט פאר אין גרויסן בית המדרש ויואל משה, אין קרית ויואל משה אין ירושלים עיה"ק.

שוין איך זאג נאך א 20 מינוט קען איך זיין דארט ווייל איך האלט יעצט פשוט אינמיטן לערנען.

שוין איך קום אן אין ביהמ"ד אין איך הייב אן מיין ארבעט כדרכי פון די זייטן, קעגן די תשב"ר, קעגן די אויבנאן מיט הרב טייטלבוים שליט"א רב דקהלת סאטמאר ירושלים עיה"ק.

זייענדיג אונטער די קינדער סטעיג' כדי צו קענען מאכן בילדער פונעם אויבנאן קומט צו צימיר דער רויטער ווייס און אהייבט אן שרייען שטיל, הער אויף צו מאכן בילדער, די ביסט א שייגאץ די האסט א אינטערנעט וועבסייט, שוין איך הייב מיר אן צו טענהן מיט עם אז דאס האט גארנישט צו טוהן איינס מיטן צווייטן, יעצט איז עס פרנסה אין אינטערנעט איז אינטערנעט, זאגט ער אז איך האב געמאכט בילדער פונעם כולל ווען מ'האט געשאכטן, זאג איך עם ווייז מיר איין בילד פון דעם אויפן אינטערנעט? און ער האט נישט געהאט וואס צו ענטפערן, שרייט ער ווייטער ווי א .... אבער די האסט אינטערנעט, איך האב מיר אויך אנגעהויבן רעגן א חוצפה ער נעמט מיר צו מיין פרנסה, האב איך געטייטלט אויף עם מיטן פינגער זאלסט וויסן די ביזט א שלעכטער יודדי נעמסט צו פרנסה פון א יונגערמאן זאלסט וויסן אז אלע מצוות וואס די טוטסט האט נישט קיין ווערד אויבן אין הימל ווילאנג די טשעפעסט אנדערע יודן און ער האט ווייטער געשריגן ניין די האסט אינערטנעט, און איך האב עם צוריק געשריגן נאכאמאל און נאכאמאל די ביזט א שלעכטער יוד אין דער באשעפער האט נישט ליב אזוינע יודן ווי דיר אין מיט דעם האט זיך עס גענדיגט.

תכלית.
מיינטס נישט אז עס איז א איזי ווארק די פאטאגראפי, ווייניג ענק דערציילט מעשיות פון ניו יורק סיי אין וויליטאון, און סיי אין קרית יואל?.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/8/2005 15:17 לינק ישיר 

איך האב נישט געוואוסט אז דער מנהל מעג יא עובר זיין אויף גילוי שמות ???

------------

א פלא והפלא, די זאלי'ס דא שרייבן אסאך מאל אז היידפארק איז אקעגן די אהרונים קעלבלעך וועלכע ווילן נאר ליינען וואס שטייט אין בלאט, און זיי ווילן נישט וויסן דעם אמת, און נאך אזעלכע לשונות.

דערווייל הער איך דא א פרישן ניגון...

(קען זיין אז וויבאלד אין דער איד איז שוין צענדליגער מאל געשטאנען אז די גאנצע אינטערנעט קומט פון די אהרונים, דערפאר וויל ווייס מאכן זשויבוי פאר א אהרוני... ??? )



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/8/2005 15:22 לינק ישיר 

וועיק.

ווי זעהסטו דא גלוי שמות?
דער רויטער ווייס איז א באוויסטער מענטש נישט נאר אין סאטמאר, ווי ער קען זארגט ער זיך פאר ג-ט, און נאר נישט פאר זיך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/8/2005 17:28 לינק ישיר 

jewbow

איין כלל דארפסטו וויסען אז ווען איינער פארשעמט דיך און די ביסט מקבל באהבה די בושות, איז דאס די גרעסטע טובה וואס קען נאר זיין פאר דיין נשמה . איך האב אויך שוין פארזיכט דעם טעם פון ווערן פארשעמט ברבים עס איז אפסילוט נישט בטעמ'ט אבער דאס איז א גרויסע זכות פארען מענטש וואס ווערט פארשעמט. ווען איינער פארשעמט איינעם (נאך דערצו ברבים) פארלירט יענער זיין עולם הבא (פרקי אבות) דאס האבען נישט ערפינדען קנאים פון "ירושלים" דאס האבען געזאגט חז"ל, וואס אהן זיי געבן מיר זיך נשט קיין ריר

עס איז מיר אינטערעסאנט אויב דער פרזענדלעכקייט וואס האט דיך געריפן האט דיך גלאזט אליין אויפן וואסער? אדער איך האף אז ער האט די געהאלפען

אויך איז מיר אינטערסאט אויב 90 כאפט אויך פון אים אדער נאר jewboy


זאלשויןזייןשלום

תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 22/08/2005 18:36:14



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/8/2005 20:32 לינק ישיר 

ג'ובוי האסט געמוזט טרעפן איינער וואס האט אינטערנעט ווייל אז נישט פון ווי ווייסט ער אז די ביסט דאס האסט אים געדארפט גיבן אין קאפ (אויב איינער ווייסט ווער איך בין ביטע אים נישט זאגן ווייל איך וועל מורה האבן אריין ציגיין אין סאטמער)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/8/2005 08:37 לינק ישיר 

דזשובוי, איך ווייס נישט פארוואס זאליוועקי האט זיך גענומען צו שרייען גילוי שמות, אין איך קען נישט דעם רויטען ווייס פון וועם די רעדסט, אבער אויב איז דער רויטער ווייס א באזיכער אין היידפארק איז א מצוה זאלסט מגלה שם זיין ווער ער איז, ווייל ער איז א רשע מרושע, ער דרייט זיך אליינס אויפן אינטערנעט אין ווערט א פרומער ווען סקומט צו באליידיגן א אנדערע יוד.

מיר וועלן נישט לאזן טשעפענען אונזער דזשובוי!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > די חילוק צווישן ישראל און אין אמעריקע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext