חלק פון די עקטערס וועלן זיין: קאפי עלבאגען, פיני פריעד, ליפא שמעלצר, יוסף שמואל פרענקל, און נאך
סאיז צום האפן אז די פלעי וועט זיין א סוקסעס און צריק אריין בלאזן א חיות אין די פארשלאפענע חול המועדס, ווייל סאיז גאנץ א געווינטשענע זאך פאר קינדער און בחורים, סאיז דאך באמת נישט קיין דבר האסור און מצווינגט נישט בחורים מתמידים צו קומען איז פארוואס זאל נישט זיין כשרע ענטעירטעינמעט כדי די יונגווארג זאל זיך נישט דארפן דרייען ליידיג אין ווער ווייסט וואסערע מקומות, סאו לאמיר האפן אז די עווענטועלע איסורים וועלן נישט שעדיגן אזויווי אמאל (ווען נאך די סוקסעס פון "על נהרות בבל" האבן די איסורים שיעור נישט אונטערגעברענגט דעם שפיל "א סליחות נאכט אין קיעוו" וואס צום סוף האבן די פראדוצירער דארט דערלייגט די תחתונים)
ווער סווייסט מער אינפארמאציע איז מכובד מזכה צו זיין דעם עולם
נשלח ב-1/12/2005 02:50
אין די המודיע די וואך איז דא א עד אז עס איז שוין ארויסגעקומען די טעיפס, ווידעאו, פון די פלעי.
מוצ"ש האט מען געשפילט די אויסגעלאזטע (צווישן זעקסט און זיבעטע) סצענע פון יחצאל מיט פרעה (אנשטאט יחצאל מיט בנימין ביים אלטן יוסף שפיל), די דזשאוקס זענען געווען האלב אויסגעדראשען אבער סאיז געווען גענוג דער עולם זאל שמייכלען, ווי למשל אנהייב ווען פרעה רעדט זיך אפ פארוואס יחצאל שטערט אים דא אינדערפרי ביים טייך און יחצאל פרעגט אים "וואס מאכט דא דער קעניג".. און ער ווייזט אים זיין זאק אז ער האט דארט פאפירען (צייטונגען)..
ליפא אלץ משנה למלך ווען ער טרעפט זיך מיט יעקב מאכט ער א זייער קארני שטיקל ווען ער זאגט נוסח סקווירא "דער אייבערשטער זאל העלפן דער טאטע זאל מאריך ימים זיין על ממלכתו" דער גאנצער עולם האט אויסגעשאסען (אזויווי ווען פרעה האט אים געזען צום ערשטן מאל און חוזק געמאכט אז "ווען כקוק אים נאר אן קומט מיר ארויף דאס ערנסטקייט")
סזענען געווען קליינע (קארני) שטיקלעך וואס דער עולם האט ניטאמאל אויפגעכאפט און סאיז פלעין דורכגעפאלן, ווי למשל ווען פרעה האט זיך אויסגעדרוקט רעדנדיג צו יחצאל אז זיין משנה למלך זאגט אים שוין "וואס איז נייעס"
ליפא אלץ משנה למלך ווען ער קוועטשט "ערליכע ברודער פון איין טאטען" איז געווען זייער זייער שוואך אראפגעלייגט
מוצ"ש האט יהודה סאך בעסער געעקט און כמעט אלעס זייער גיט אראפגעלייגט, בכלל איז מוצ"ש אלעס געגאנגען סאך רואיגער, קאפי איז געווען שוואכער פארשטייט זיך, אבער כמיין אז דער עולם האט למעשה נישט געהאט מער קיין נערוון צו זיצן אזוי לאנג (אן א ברעיק) אז מהאט געענדיגט דריי פארטאגס (סשטעלט זיך א מנין סליחות אינדרויסן)
די קנאקעדיגע מוזיק מארטש ביי פרעה און יוסף אלץ משנה למלך איז פון חיים ישראלס נייע טעיפ מילים של תפילה (די זיבעטע ניגון "אהבה בלב")
סך הכל קען מען זאגן אז ווער סאיז קיינמאל נישט געווען ביי א פלעי פארדעם האט זיכער הנאה געהאט, און די וואס זענען געקומען זען ליפא האבן אויך געהאט א שיינע פאר שטיקלעך פון וואס צו קוועלן (אגב האבן זיך די טיקעטס גיט פארקויפט אבער נישט אזוי גיט ווי מהאט געמיינט סוועט זיך פארקויפן, סאיז געווען אסאך ליידיגע זיצן בעיקר אויפן באלקאני און מהאט געקענט באקומען די לעצטע טיקעטס)
ווער סהאט אבער ערווארט א ריכטיגע פראפעשענל שפיל מיט אלע מפרשים איז געבליבן אנטוישט, פערזענליך האב כערווארטעט אז פאר כמעט 50$ וואס כהא בגעצאלט וועל כזען א "פערפעקט" שפיל מיט אלע פיטשיווקעס, כהאב סנישט באקומען, סאיז אבער צום האפן אז די שפיל האט צוריק אויפגעוועקט די גאנצע שפיל אינדאסטרי און מיר וועלן זען נאך, מער פראפעשענל שפילן די קומענדיגע חוה"מ
נשלח ב-31/10/2005 06:08
ברוכים הבאים שי,
שכויח פארן טיילנעמן אינעם פארום און זעה טאקע צוצושטעלן אינטערעסאנטע סחורה דער עולם זאל הנאה האבן
די קאסטומס זענען טאקע געטוישט ענליך צו די אלטע אבער שענער, די ווידאו איז געווארן אפגעכאפט דורך friedmans photography, סהייסט אז סוועט זיין צו באקומען אויף חנוכה, קענסט זיי רופן צו באשטעלן (718-437-4686)
כהאף אז זיי וועלן האבן שכל און דאסמאל מאכן עכט פראפעשענל dvd quality
נשלח ב-31/10/2005 02:01
נראה שהתפאורה שונתה [ איכותית יותר ]
הוקלט גם הפעם על cd ?
יש מצב שמישהו ישלח לישראל העתק?