|
|
| נשלח ב-28/8/2005 21:34 |
|
| |
וועט זיך "די צייטונג" רוקן מער צו רעכטס?
די שטימונג אין די היימישע גאס (און בכלל אין אמעריקע) האט זיך אין די לעצטיגע יארן גערוקט מער צו די קאנסערוואטיווע רעכטע ליניע, הויפטזעכליך קען מען דאס זען ביי די יונגעלייטלעך וואס זיצן און הערן אויס טעגליך די טאק שויס פון דעם דעמאגאג ראש לימבוי, און דעם זיבעלע שאן הענעטי, (און נאכדעם טייטשט עס ד.ש. איבער פאר דער בלאט...) און מען ווערט אנגעפיקעוועט פון זייערע העצעס קעגן די ליב'ס (ווי זיי רופן אן די ליבעראלע) און נאכדעם קומט מען אין ביהמ"ד רעדן אויף די דעמאקראטן אז זיי זענען שולדיג אין אלעם (למשל אין דעם וואס דער איראקער קריג גייט נישט ווי געפלאנט...)
זייער פיל היימישע אידן ווילן אבער נישט וויסן אז מיר זענען מער אנגעוויזן אויף די דעמאקראטישע פארטיי צוליב אונזערע קלעביגע הענט, וואס ווילן ווי מער אויסזויגען פון די רעגירונגס קאסע, איך מאך חלילה נישט אוועק דאס אז דער היימישער עולם ברויך דאס האבן, אבער פארוואס שרייסטו אז דו ביסט א רעפובליקאנער ווען דו ווילסט אז די רעגירונג זאל טיילן ווי מער, און די רעפובליקענס זענען די וואס פארשליסן די רעגירונגס קוועלער?
אלנפאלס, נישט דאס איז וואס איך וויל דא מיט דעם אשכול, איך וויל זיך נאר אפשטעלן אויף א אינטערעסאנטע זאך וואס איך האב לעצטנס באמערקט, און וואס איז געווען דער שמועס פון טאג, נאר דא אויף הייד פארק האב איך נאכנישט געזען מען זאל רעדן דערפון.
********************************
דער איד איז אלעמאל געווען א רעכטע צייטונג, די צייטונג פון די אנדערע זייט איז געווען אן אויסגעשפראכענער לינקער בלעטל וואס האט געשפיגן מיט ליבעראלע מיינונגען ווי נאר מעגליך, דער בלאט איז קודם געווען פרא-דעמאקראטיש, און לעצטנס זענען אריינגעקומען אין די רעדאקציע טעלעפאן קאלס פון הענעטייזט חברה אז מען זאל אביסל געבן אויך פאר זייער פארטיי, האט מען אריינגעשטעלט ארטיקלען פון ד.ש.
אבער ווי עס זאל נישט זיין, האלט זיך אלבערט פרידמאן פעסט און כאטש ער אליין האט שוין כמה פעמים געשריבן אז צייטן האבן זיך געביטן און גאנץ אמעריקע רוקט זיך מער צו רעכטס, קען ער זיך אליינס אבער נישט טוישן, (נו, גיי לערן אן אלטער אל-בער-ט טאנצן...) און קאמפיינט פעסט אקעגן בוש, און ווי ער טרעפט נאר עפעס אן אנקעטע וואס שטעלט פרעזידענט בוש אין א טונקעלער ליכט, וועט ער זיך פרייען דאס ארויפצוברענגען.
די לעצטע פאר וואכן האט זיך געטון דארט בריוו צו די רעדאקציע אז ס'איז א מחי'. אנגעהויבן האט זיך עס אז איינער האט געשיקט א בריוו פול מיט טענות אויף די ליבעראלע מידיא, ווי זיי מאנעוורירן מיט די נייעסן לויט זייער פערזענליכע אנשויאונגען, אנשטאט ווי אמאל האט א צייטונג געהייסן צו זיין א אביעקטיווע אינסטיטוציע, ווייסט מען היינט פונקטליך צו זאגן אויף וועלכע זייט יעדע צייטונג געהערט.
ער האט אויך נישט פארשוינט דעם "נייעס באריכט" און האט אים באוואשן פון אלע זייטן, נאכברענגענדיג ציטאטן פון זיין צייטונג ווי מען זעט אפן אז ער איז א געשוואוירענער ליב, און ווי ווינדערליך האט אים אברהם געגעבן א שיינע לאנגע תשובה (גראדע א מעלה וואס ער האט אז ער ענטפערט יעדן זייער שיין) און ער לייקנט בכלל נישט אז ער געהערט צו די דעמאקראטישע זייט.
בלייבט נאר איבער צו זען אויב גייט ער זיך "אביסעלע" טוישן, אדער זיך אנפייפן אין די נאכפאלגענדע בריוו וואס שטראמען אריין צו די רעדאקציע וואס פארלאנגען אז מען זאל אויך מיטטיילן א ארטיקל "וואס אנדערע זאגן"...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/8/2005 21:39 |
|
| |
וואס איז שלעכט מיט "די צייטונג" אלס לינקער? כ'מיין, די אלע וואס האבן אפגעמאכט אז זיי זענען באקוועמער מיט דער קאנסערוואטיווער שיטה האבן דאך אזוי באשלאסן מיט'ן ניצן דעם אייגענעם קאפ. ניין? וואס איז אזוי שלעכט צו לייענען וועגן וואס מ'טראכט אויף דער אנדערער זייט?
תוקן על ידי - menchele - 28/08/2005 21:38:17
|
|
|
|
| נשלח ב-28/8/2005 21:48 |
|
| |
די זאך איז אזוי, תורה'דיג איז זיכער מער אויסגעהאלטן די קאנסערוואטיווע פארטיי, די וואס שטעלן זיך ארויס קעגן אלע גרויליגע זאכן וואס ווערן דא אין אמעריקע צוגעלאזט אין נאמען פון קאנסטיטוציאנעלע פרייהייט, וואס די ליבעראלע זענען די וואס קאמפיינען און נעמען זיך אן פאר אלע שמוץ און הפקרות וואס נאר מעגליך.
מיר שטערט נאר דאס וואס אברהם פרידמאן פארפירט אז "אויך" ביי די רעכטע האט מען שוין פיל מאל געזען אז זיי באדן זיך אין טינופות און עס איז כמעט נישט פארהאן א קאנסערוואטיווער "גרויסער קאפ", און דאס זעלבע זייערע גלחים פרעדיגער, וואס מען האט נאכנישט געכאפט ביי די געמיינסטע סקאנדאלן. אבער ער פארגעסט אז טאקע די רעכטע זאגן גוט אבער טוהן שלעכט, אבער די לינקע, סיי זיי זאגן און סיי זיי טוען מיאוסע מעשים.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/8/2005 22:11 |
|
| |
מצד שני איז דא אסאך תורדיגע זאכן ביי די ליבעראלען וואס קאנסערוואטיווען ווילן נישט וויסען דערפון.
צב"ש צדקה אין רחמנות ווי צער בעלי חיים
|
|
|
|
| נשלח ב-28/8/2005 23:20 |
|
| |
ע"פ תורה איז דא א חיוב פון צווינגען מענטשן צו געבן צדקה? וואס מיינט צער בעלי חיים? די קאנסערוואטיווע האלטן אז מען מעג פייניגן באשעפענישן גלאט אזוי?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2005 02:19 |
|
| |
ז"ל השו"ע יו"ד סימן רמה.
סעיף א.
כל אדם חייב ליתן צדקה,
אפילו עני המתפרנס מן הצדקה חייב ליתן ממה שיתנו לו,
ומי שנותן פחות ממה שראוי לו ליתן,
בית דין היו כופין אותו ומכין אותו מכת מרדות
עד שיתן מז שאמדוהו ליתן.
ויורדין לנכסיו בפניו, ולוקחין ממנו מה שראוי לו ליתן.
הקטן
דזשיד
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2005 18:06 |
|
| |
אויב ניצטו שו"ע אלס גדר, דארפסטו אויך ניצן דעם שו"ע אלס גדר ווער עס אלס אריין אין כלל פון ארעמעלייט. זייער א סך מקבלי פראגראמען וועלן ארויספאלן. די זעלבע, אויף וויפיל מען איז מחיוב צו געבן, פאר וועמען מען איז אלס מחיוב צו געבן. נעם דעם סך הכל און איך גלייב, אז דעם חיוב ע"פ שו"ע זענען די רעכטע אויך מקיים.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2005 19:22 |
|
| |
דעמאקראטען שרייבען אויך נישט אז מען דארף געבען פאר בלאפער'ס.
דאס וואס מאנכע נעמען עדווענטעדש אין די סיסטעם האט נישט קיין שייכות מיט פאליטיק בכלל.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2005 19:25 |
|
| |
ס'איז אבער אויסגעשטעלט אלס א סיסטעם וואס זארגט זיך מער אז די ארעמע זאלן באקומען, ווי איידער אז די געבערס זאלן נישט בא'עוולה'ט ווערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2005 21:06 |
|
| |
די צייטונג זאגט אייביג, ער איז נישט קיין נייטראלער, נאר אינדעפענדענט. ער שרייבט ווי אזוי עס שמעקט אים.
ער איז אן אלט געזעסענער אמעריקאנער איד, און ס'ציט אים מער צו די ליבעראלן, און ער באהאלט עס נישט!
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2005 21:13 |
|
| |
וואס איז דער חילוק פון אן "אינדעפענדענט וועמען ס'ציט מער אהין" און א ליבעראל? ביידע זענען באקוועמער מיט דער ליבעראלער שיטה און ביידע האבן אזוי באשלאסן מרצונם הטוב.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|