בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ספורים ועובדות דבעל הילולא זי"ע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/9/2005 00:37 לינק ישיר 
ספורים ועובדות דבעל הילולא זי"ע

עס איז מיר אויף געקומען אויפן גדאנק אז, אנשטאט זיך ארום קריגען און זיין פארטוהן מיט מחלוקת (מלחמת אחים)
וואלט געוועהן רטאזאם אז כאטשיג און טאג פונעם יום דהילולא זאל מען מאכען א שטיל שטאנד און ענדערש זיין פארנומען און פארציילען עובדות פונעם רבי'ן זצק"ל זיעועכ"י

אזוי ווי דער רבי זצק"ל איז געווען ווי א טאטע פאר אונז זיינע תלמידים און זיינע תלמידים'ס קינדער האב איך געטראכט אז דאס איז א גרעסערע טובה פאר רבינו הקדוש זי"ע
צו פארציילען אפאר אינטערעסאנטע פאסירונגען און קורצען


עס איז אויך גוט צו ניצען פאר סיי וועליכען יום דהילולא

און יעצט צו אייך טייערע גולשים

ל.נ. רבינו יואל בן ח.יום טוב ליפא זצק"ל זי"ע



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/9/2005 06:40 לינק ישיר 

טאמער איינער קען שרייבען מעשיות וואס ברענגען ארויס זיין עבודה, מער ווי סתם נארישער פקחות, וואלט איך מער הנאה געהאט.


ער איז נישט געשלאפען אין א בעט.

ער האט געמאכט הכנות פיר שעה יעדער טאג פארען דאווענען. וכהנה וכהנה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/9/2005 01:15 לינק ישיר 

איך וועל אנהייבען מיט א עובדה וואס האט פאסירט ווען רבינו זצק"ל איז נאך געווהען פאר די בר מצוה (ווער עס ווייסט פון א מקור זאל עס צוברענגען)

ובכן: איינמאל האט דער קדושת יום טוב מכבד געווהען פאר דעם רבי'ן זצק"ל זאל זאגען א דריש ער איז נאך געווהען
דאמאלטס זייער אינג אפשר נאך פאר די בר מצוה . פארשטייט זיך אז עס איז געוועהן אזאנס אין אזעליכס וואס איעדער האט געהאט עס מפליא גוועהן . נאכען דרשה איז צוגקומען אן עלטערע איד א רב וואס האט מוירעדיג מקנא געווהען דעם אינגען "יולישל" וואס האט יעדען בצויבערט, האט ער גזאגט פארען רבי'ןז"ל, זייט וויסען, אז ווען איינער וואס איז קליג אלץ קינד, וואקסט זיין קינדערשאפט מיט מיט עם.

האט דער דער רבי זצק"ל ספאנטאן אבער געלאסן געענטפערט,

מסתמא זענט איר געווהען אן אויסטערלישער קליג קינד!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ספורים ועובדות דבעל הילולא זי"ע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext