זיי האבען שוין געהאט עטליכע דורך פעלער, די מערסטע באוויסט פון זיי איז דער פלאן צו בויען א ישוב אין די פאקאנאס, אבער דער חברה האבען ווייט פון אויף געגעבען.
ווער ס'וויל וויסען מער אינפא, איז אין די טעג דא א ספעציעלע אינטערוויו, מיט איינער פון די אהנפירערס פון דעם פלאן, און "בחדרי חרדים משפחה אידיש".
סאטמאר איז נישט קיין צווייטע קלאס מענטש אין קיינעם'ס אויגן. און נאר א סאטמארער ווייסט אז מען האט זיי פיינט, וואס איז אין קעגנזאץ צום אמת.
דער פראבלעם שטעקט אין דעם וואס א סאטמארער איד האלט אז ער איז דער סאמע בעסטער און הייליגסטער איד וואס בלויז ער האט געהאט די זכי' צו וויסן דעם דרך אמת און אלע אנדערע זענען אראפ פון וועג, און אפגעזען אויב דאס איז יא אדער נישט אמת, וויל ער אז אנדערע זאלן זיך אונטערווארפן אונטער זיי.
און ווייל 'איחוד הקהילות' באשטייט פון עטליכע קהילות וואס זענען נישט איינשטימיג מיט דעם אויבנדערמאנטן און האלטן אז אלע אידן זענען א חלק פון דעם עם הנבחר און ווילן אויפשטעלן א געגנט וואס זאל ארייננעמען 'אלע' קהילות קדושות בישראל, קען מען נישט צולאזן אז עס זאלן זיין געוויסע קהילות וואס וועלן גלייך מאכן טיילונגען (ווי מען האט געטוהן אין וויליאמסבורג וואס מען האט אויסגע'רודפ'ט אלע וואס האלטן אביסל אנדערש. כידוע.)
עושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל. אמן.
נשלח ב-26/10/2007 02:45
מורא? פראנקרייך האט מורא פון אמעריקע? דייטשלאנד? אפשר "שנאה" (קנאה?) וואלט געווען א מער ריכטיגע טערמין.
_________________
נשלח ב-26/10/2007 01:35
אין די ערשטע פאזע האבען זיי זיך משעבד געוועהן פאר עטליכע קהילות אז זיי גייען נאר אריין לאזען מענטשען וואס געהערען צו א קהילה וואס 1) נעמט אחריות (וועט עווער דהאט מינס) אויף זייערע אינגעלייט 2) איז גרייט אהין צו שיקען א סכום מסויים פון אינגעלייט,
נאר מיט דיע קהלות איז "איחוד הקהילות" גרייט צו שטיין אין ווארט.