בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

פארוואס דארף מען אזוי פיל ישיבה באסעס ?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/9/2005 00:23 לינק ישיר 
פארוואס דארף מען אזוי פיל ישיבה באסעס ?

באראפארקער איינוואוינער !!! עס זיינען דא נאך נייע חדרים מיט נאך באזונדערע באסעס.

איך פארשטיי נישט פארוואס מען קען נישט מאכען איין באס טרענספארטעישאן וואס וועט דינען אלע חדרים צוזאמען?

אנשטאט יעדע חדר זאל דארפן דורך פארען די גאנצע שטעט זאל פארען איין באס\אדער באסעס פון יעדע גאס און אפטראגען די קינדער צו אלע חדרים ווי זיי זיינען.

דאס וואלט איינגעשפארט אז מאמעס וואלטן נישט געדארפט ווארטן ביז עס פארען אדורך 20 באסעס איידער זייער באס קומט דער באס וואלט געהענדעלט נאר זייער גאס אדער נאך א גאס.

מסתמא איז דער תירוץ אז מען וויל נישט אז די קינדער פון אנדערע מוסדות זאלען פארען צוזאמען מען קען זיך נאך חלילה אפלערנען איינער פון אנדערען.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2005 07:18 לינק ישיר 

אויב די חסידות'ן גייען זיך טיילען יעדע פאר יאר, וועט אויסקומען אז עס וועט נישט זיין קיין פלאץ אין בארא פארק פון די פילע מוסדות און באסעס.

קוקט אייך ארום וויפיל אפארטמענט בילדינגס זיינען געווארען איבערגעבויט אויף בתי מדרשים און מוסדות, יעצט דארף באבוב א גאנצע רייע נייע בנינים ווי לאנג קען דאס נאך אזוי אנגיין.

נאך א פאראבלעם ווערט אז יעדע חסידות דארף א יוניפארם מען זאל דערקענען אין די גאס וואס פאר א חסיד מען איז, מען דארף טרעפען נייע סימנים, ווייל אז מען גייט אין גאס און מען דערקענט נישט דיין חסידות ביסטו גארנישט ווערט די ביסט געגליכען ווי א סקול בוס אן א סיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2005 06:53 לינק ישיר 

זייער א גוטע איינפאל און ווען מ'וואלט געהאנדעלט מיט נארמאלע מענטשן וואלט מען דאס אפילו געקענט דורכפירן, אבער עס זעט נישט אויס ווי דאס וועט געשען אין אונזערע צייטן. עס איז פונקט גוט אז מ'זאל עס אדורכארבעטן אין א אשכול אויף היידפארק...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2005 06:43 לינק ישיר 

די באס פעס פאר די סיטי באס, איז טאקע נאר געווען פאר דער וואס האט געוואינט מער ווי א מייל פין דער ישיבה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2005 04:43 לינק ישיר 

AAA
city bus was mostly for kids who lived out of the neighborhood



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2005 04:17 לינק ישיר 

אפשר וואלט דאס געווען א גוטע געלעגענהייט מחנך צו זיין די קינדער? אויסצולערנען קינדער טאלעראנץ? געדולדען אנדערע קינדער פון אנדערע מוסדות ?

אמאל פלעגט מען פארען און חדר מיט די סיטי באס, מען האט באקומען א באס פעס, יעדען חודש האט מען דאס באנייעט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2005 03:25 לינק ישיר 

זאליWEAKY וויל אז אלע זאלען שיקען קיין סאטמאר (חוץ מיר)
די פראבלעם איז אז די אלע באסעס כאפען אלע פארקינג ספעיסעס!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2005 02:55 לינק ישיר 

זאליוועקי

איז דיין שאלה איז אויך דא און דעם אמת

אינ הק' האב געלערענט און א תלמוד תורה און בארא פארק ווי עס האט נאך דאמלטס נישט געלרענט קיין 100 פראצענט קינדער פון יענע חסידות עס איז געוועהן אסאך קינדער פון דער פרעמד ממילא האט מען טאקע און מיט רעכט גקענט פרעגען פאר וואס דארף מען אזוי פיל תלמוד תורה'ס ?

אגב א שיינע פאר יאר זענען אינז געפארען מיט געדינגענע באסעס פון רילייבל באס קא. (עס האט באלאנגט פאר הנגיד ר' משה ש ראטענשטיין) און זיי האבען געגעבען טראנספארטאציע פאר אסאך ישיבה'ס

זאליוועקי

די האסט געפרעגט זייער גוט אפילו אהן

.........



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2005 02:06 לינק ישיר 

איך האב א פארדאכט, אז דו האסט נישט באמערקט די דריי פינטעלעך אין מיין תגובה...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2005 00:50 לינק ישיר 

אין ירושלים פארן די קינדער פון אלע מוסדות מיט די זעלבע באסעס.

דארפסט זיי נישט מקנא זיין.

די היגע קינדער פארן אויך נישט מיט אזא באקוועמע סיסטעם {אונזער סקול באסעס זענען מער טראקס ווי באסעס} אבער בעסער ווי די שלעפ פון די ירושלימער קינדער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2005 00:48 לינק ישיר 

דער אשכול האט זיך געעפנט "נאר" זיך מתווכח צו זיין...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2005 00:46 לינק ישיר 

זאליוועקי

די ביזט מסכם צו שיקען אין קלוזענבורג ? אדער בעלזא ? אפשר און וויזניץ ?

אויב אזוי

עס מיז זיין משיח'ס צייטען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2005 00:43 לינק ישיר 

עס קלינגט אפשר ווי א געניאלער איינפאל, אבער פראקטיש איז נישט קיין מציאות עס זאל ארבעטן. קודם כל ווי פויליש האט געזאגט, יעדער מוסד וויל זיך אדווערטייזן, צב"ש ווען ראכמיסטריווקא האט געעפענט מיט א יאר צוריק א ת"ת, און עס פארט שוין ארום א באס מיט זייער נאמען, אדער מאשלוי וכדו', האט מען זיי מיט דעם ארויפגעלייגט אויף די מאפע.
מיט עטליכע יאר צוריק האט באיאן געעפנט א ת"ת, און היינט פארן שוין ארום פיר באסעס. דאס איז אדווערטייזמענט!
והשנית,
איז גאר לייכט זיך פארצושטעלן די קריגערייען וואס וועט פארקומען אויף א שטענדיגע באזיס צווישן די קינדער, ווייל דער אינגל איז דאך א באבובער פון 48, און דער אנדערער פון 45, דערצו וועט ער זיצן נעבן א מונקאטשער אינגל, און הונטער דעם א אהרוני אינגל אקעגן איבער דעם זלוני אינגל, וואס דאס איז גענוג אינגרידיענטס פאר א וועלטס מלחמה. און די געשלעגן און צעקות וועט גיין עד לב השמים, די קינדער וועלן אנקומען אין חדר אן גלעזער, מיט צוגראדזשעטע פנים'ער, און צעביסענע הענט.
דערנאך וועט זיך אנהייבן די געראנגל צווישן די מנהלים, דער מנהל וועט שרייען חי וקים אז זיינע אינגלעך זענען ספעציעל איידעלע, און ביי אים אין די גאנצע מוסד איז אזוינס נאך פאר א לעבן נישט פארגעקומען (חי פרעה..). און דער אנדערער מנהל וועט שרייען, וואס'ארא שטותים, ביי אונז אין ביהמ"ד דאווענט ענקערס א אינגל, מ'קען זאגן בפה מלא "ידו בכל ויד כל בו"... ויבא הכתוב השלישי, די עלטערן וועלן אויך נישט זיצן שטיל ווען זיי זעען זייערע אומשולדיגע שעפעלעך אהיימקומען בלוי און גרין, צוקלאפט און צוריסן...
אאטאזזזז.. דו קענסט ווייטער ממשיך זיין די אילוזיע...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2005 00:42 לינק ישיר 

על זה היה דוה לבינו. א ודאי איז דאס וואס איך זאג א גוטע פאנטאזיע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2005 00:41 לינק ישיר 

קענסט פרעגן גראדער...

צו וואס דארף מען אזויפיל תלמיד תורה'ס ???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2005 00:33 לינק ישיר 

די האסט א ריזיגען איינפאל

אבער זאג מיר נאר וויאזוי טראכטו אז עס וועט אויסזען ווען דער באס קומט אהן צו באבוב חדר פון ר' מ.ד. וואס וועט זיך אפשפילען אין דער צייט וואס די קינדער גייען אראפ פון באס און די אנדערע קידער דארפען ווארטען ביז די קינדער פינעם אנדערע חדר גייט אראפ פון באס

א סאטמאר'ע קינד וועט דארפען ווארטען אויף די בעלזא'ע קינדער
אדער סטאלין אויף פאפא
אדער מונקאטש אויף קלויזענבורג
אדער תפארת אלימלך אויף סקווירא
וכו........



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > פארוואס דארף מען אזוי פיל ישיבה באסעס ?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext