הגה"צ הרב ר' יושע רבין שליט"א אבד"ק באבוב פארט היינט מאנטאג ארויס קיין לאנדאן ווי ער וועט זיין ביי די חתונה פון החתן בנציון בן הרה"ג ר' יחיאל פאפיר שליט"א
...און צדיק'ל, אן אנדערשמאל ווען דו לייגסט ארויף פארשידנארטיגע בילדער, זיי'זשע מוחל און לייג צו אויף יעדן בילד אפאר ווערטער, אז מ'זעט, זאל מען וויסן וואס מ'זעט. תודה רבה.
נשלח ב-11/9/2005 00:38
וזאת למודעי אז דער צדיק'ל האט טאקע גענומען מיין נוסח פון א צוויטען פורום אבער אונ זע'מער צוויי אנדערע מענטשען. ער איז א צדיק און איך בין א פשוטע 'יוד'.
נשלח ב-10/9/2005 01:02
ב"ה עס איז געוועהן זייער א געלונגענע נסיעה. מאנטיג פארנאכט האט דער רב געפירט א סעודה אינעם זאל טוטענהעם עדת. מען האט געוואלט דינגען דער באבוב'ער זאל אבער הרה"צ ר' בן ציון בלום שליט"א דומ"ץ קהילתם האט געשטעלט א וועד וואס זאל מחליט זיין. דער וועד איז געוועהן צוזאמגעשטעלט פון החכם המפורסם הרב משה בריננער שליט"א, הרב ר' משה וואסערשטראם שליט"א און הרב יהושע ליפשיץ שליט"א (א באבוב'ער זייט י"ב אדר). נאך פילע באראטונגען ביישוב הדעת האבען די דריי מחליט געוועהן אז דער רב שליט"א טאר נישט אריינקומען אין די פארנומענע געביטען.
ביים סעודה האבען מיטגעגעסן אן ערך פון 100 יודען און נאך א ריזיגער עולם איז אריינגעקומען למחזי זיו און שלום צו נעמען. ביים סעודה האבען שיך משתתף געוועהן החסיד הישיש ר' משה דוד שטראם שליט"א, הרב לייבל סטעמפל שליט"א נכד הקדו"צ (און האט מיטגעהאלטען די גאנצע סעודה), הרב ב"צ ווייטץ שליט"א נכד הקדו"צ ועוד חשיבי עירנו ובראשם רב פאדווא שליט"א אבד"ק לונדון.
ביים סעודה האט דער רב גערעדט פאר א לענגערע צייט און מעורר געוועהן דעם עולם לתשובה בכלל און לימוד התורה בפרט. דער רב האט מעורר געוועהן אז ביים קביעות עתים לתורה זאל מען לאזען דעם סעליולער פאן אינדערהיים כדאי דער צייט פון לימוד התורה זאל זיין בלתי לה' לבדו. דער רב האט אויך איבערגע'חזרט וואס ער זאגט כסדר אז 'מיר לעבן זיך בשלום מיט יעדער שומר תומ"צ.
דינסטאג איז געוועהן א באזוך פון הרב שלמה פרישוואסער שליט"א, וואס האט זיך מתנצל געוועהן אז מען האט איהם נישט מודיע געוועהן פונעם ר"ח סעודה און דערפאר איז ער נישט געקומען (ר' ב"צ פ"וו איז נישט געוועהן אין לונדון).
לפנות ערב איז דער רב געגאנגען מסדר קידושין זיין ביים חתונה פון ר' בן ציון בן ר' יחיאל פאפיער נ"י עב"ג בת המנוח ר' ישראל שטראם ע"ה. דארט האט ער געטראפען דער דיין הרב ב"צ בלום שליט"א, און זיי האבען זיך ווארעם שלום געגעבן.שפעטער איז דער רב געגאנגען צום תנאים פון ש"ב בן הרב מענדל פאנעט עב"ג בת הרב מרדכי לייפער. דערנאך איז ער געגאנגען צום חתונה פון משפ' פאדווא ווי ער איז נתקבל געווארען ברוב פאר וכבוד.
צום לעצט איז דער רב צוריקגעקומען צום פאפיער-שטראם חתונה און געטאנצען מיט א גרויסע ברען. הת איז דאן געוועהן א גרויס התרגשות ביי יעדער. צום מצוה טאנץ האט אויפגערופען ר' חיים שלמה גאלדמאן שליט"א און האט ארויסגעברענגט מקצת שבמקצת שבחו פונעם רב שליט"א.