בית פורומים חדשות אנש עולם הנגינה

אברהם פריד - כי אני חושב עליכם

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/9/2005 17:56 לינק ישיר 
אברהם פריד - כי אני חושב עליכם

מיט די גרויסע הצלחה ביי זיין לעצטע סינגל "עלה קטן שלי" גיבט די וואך אברהם פריד ארויס נאך א סינגל מיטן נאמען "אני חושב עליכם"

אין א אונטערוויו מיט מנחם טוקר אין א"י פארציילט אברהמל די השתלשלות פונעם ניגון און אז סהאט געדארפט זיין אויפן נעקסטן טעיפ (אויף וואס מווארט שוין בכליון עינים..) אבער מכח די חיזוק וואס ליגט אין די ווערטער (אדער וועגן די געלט וואס מקען מאכן דערפון..) קומט סיעצט ארויס אין א סינגל

סאיז קאמפאזירט דורך אברהמל אליין, די ווערטער פונעם ניגון זענען:"כי אנכי ידעתי את המחשבות, אשר אנכי חשב עליכם, נאום ה'. מחשבות שלום ולא לרעה, לתת לכם אחרית ותקוה" (ירמיהו כט יא), כווייס נישט פארוואס ער האט געמוזט אביסל פארדרייען די ווערטער, אבער סאיז בלי ספק א הארציגע ניגון און ווי ער באמערקט טאקע איז א חידוש אז קיינער האט נאכנישט אנטדעקט די געוואלדיגע פסוק ביז יעצט

דא קענט איר דאונלאודען א שטיקל פונעם ניגון (נישט אזוי קלאר)
http://rapidshare.de/files/4863018/Ani_Choshev_Aleichem.mp3.html

דא האט איר די גאנצע אונטערוויו (גאנץ לאנג-די ניגון איז אינמיטן)
http://www.col.org.il/pics/inbox/7158167_6329571.wma

כהאף אז סוועט אויך אריין גיין אינעם נעקסטן טעיפ וועל כנישט מוזן קויפן דעם סינגל, אבער סזאל חלילה נישט קומען אויפן חשבון פון אנדערע ניגונים

קרעדיט: חסידיניוז פורום



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-28/9/2005 03:17 לינק ישיר 

די סי די איז שוין ארויס געקומען אין א"י



אזויווי שוין געזאגט סאיז זייער א שיינע ניגון, כהאב שוין איבער געהערט אפשר צען מאל די פיינעל ווערזשן, די מוזיק איז זייער גיט, די קאור איז איזראעלי וואס איז נישט אזוי לטעמי, צום סוף איז דא זייער א געלונגענע שטיקל ווי ער גיבט זיך אזא שטעל אפ און שפעטער זינגט ער נאך שטערקער און נאכדעם צוריק שטיל, סגיבט צו אביסל פעפער און זאלץ, און די פסוק איז אוודאי מוראדיג ווי שוין געשמועסט

רעקאמאנדירט פאר ווער סגלייבט אין סינגעלס, און פארשטייט זיך אויך פאר הייסע אברהם פריד חסידים


תוקן על ידי - זיידיאנטשי - 29/09/2005 3:46:21



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש עולם הנגינה > אברהם פריד - כי אני חושב עליכם
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext