בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

גיט אכטונג: אידישע טשעק גנבים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/9/2005 21:07 לינק ישיר 
גיט אכטונג: אידישע טשעק גנבים


זייט פארזיכטיג!


עס דרייען זיך ארום אין ווילי און אין ב"פ קרית יואל, וכו', א גאנצע חבריא פון שקצים טייל דערפון בחורים אינגעלייט די לעצטע דריי חדשים, און זיי האבן געדריקט א 50 מיני טשעקס, וואס קוקט אויס 100 פארצענט עכט, און זיי טוישן אויף ביים עולם ווי עס לאזט זיך.


זיי זענען גפערליכע כיטרע חברה או נערן אריין דעם עולם אין די טשעקס, איך ווייס פון א כולל אינגערמאן נעבעך, האט פונקט געהאט ביי זיך 1050 דאללער צו צאלן זיין דירה רענט, צום שווארץ מזל האט ער אנגעטראפן איינער פון די חברה און יענער האט אים געפרעגט צו ער האט עפעס קעש ווייל ער דארף וויכטיג קעש, און ער צאלט אים 10 פארצענט אויפן געלט אבער שוין, דער אינדערמאן נעבעך האט מקיים פסק געווען, איין 100'דערטער צו מאכן כלאחר יד, (א גאנצע וואך כולל געלט..), און די טשעק האט נעבעך געקראכט, און ער דרייט זיך ארום צובראכן.


זיי האבן אנגעזעצט כמעט אלע גמ"ח'ן אין ווילי און אין ב"פ, טייל דערפון האבן זיי ארויסגעשלעפט איבער צען טויזענט דאללער, אזוי ווייט אז 6 גמ"ח'ן וואס טוישן טשעקס זענען געגאנגען געבראכן און זיך פארמאכט.


דער אנפירער דערפון וואוינט אין ווילי ער הייסט יונגרייז, דער עולם זאל שטיין ווייט פון זיי, און ווען מען זעט ווי זיי ווילן אריין כאפן איינעם אינעם נעץ, גייט צו און לאזט נישט.


זייט זייער פארזיכטיג זיי פארשוינען נישט קיינעם קיינעם!, אהרונים זאליס קלויזענבורגע פאפאנע באבובער וכו', יעדער האט שוין געליטען פון זיי!, יעדער טשעק וואס איר באקומט מאכט זיכער אז איר ווייסט פון אים דאס איז, זייער טשעקס קוקן אויס בעסער ווי איר מיינט, גיט זייער אכטונג!!!



תוקן על ידי - yones69 - 08/09/2005 21:11:46



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/9/2005 21:55 לינק ישיר 



גמ"ח צו טוישן טשעקס פון די אהרונים, און די גמ"ח צו טוישן טשעקס פון די זאליס.


אזוי אויך די כהנא גמ"ח אויף ראסס סט. טוישט מער נישט קיין טשעקס.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/9/2005 19:29 לינק ישיר 

אינטערסאנט יעדן טאג מאכט זיך א פרישער יונגאטשף אין ער טרעפט אלעמאל פרישע קרבנות.

ווען וועט מען זיך אויסלערנען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/9/2005 08:36 לינק ישיר 

עס ברויך דא אויך ארויסגעברענגט ווערן א צווייטער יונגאטש (איך וועל נישט שרייבן קיין נאמען) וואס דרייט זיך ארום פון רעכיל צו מעכיל און בארגט געלט, קלענערע און גרעסערע סכומים, און ווען עס קומט צו באצאלן (נאכדעם וואס די מלווים לויפן אים נאך ווי א הונט) קומט ער מיט א גרויסע טשעק און בעט טשעינדזש... און דער טשעק האט א מנהג אז עס איז א משלחת וחוזרת, ממש א ריכטיגע דעתו לחזור.

דער עולם זאל געווארנט זיין!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2005 07:32 לינק ישיר 

גיי פארשטיי איינעם וואס טוישט א טשעק פאר איינעם וואס ער קען נישט, בשעת יענער זאגט אים נאך צו פראצענטן,וואס איז מער מחשיד, בשעת אז עס איז ברור אז יענער קען עס טוישען אין א טשעק קעשינג אויב די טשעק'ס האבען דעקונג פאר א סאך ביליגער.

איך לייב אויפן חזקה אז רוב קרבנותך זענען כולל אינגעלייט, וואס קענען נישט קיין צורת מטבע, אין זענען הונגעריג אויף א גראשען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2005 00:20 לינק ישיר 

yones
פראביער נאר צו פאסטען א נאמען ס'ווערט גלייך אויסגעמעקט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/9/2005 00:00 לינק ישיר 


אפשר קען מען פאוסטן וועלכע גמח'ן האבן זיך פארמאכט צוליב דעם?

וחבל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2005 21:54 לינק ישיר 



עס איז א מצוה מפרסם זיין די יונגרייז גרופע, מען דארף ארויס שרייבן יעדער פון זייערע נעמען, און זיי פארשיקן פון כלל ישראל, זיי האבן נעבעך אומגליגליך געמאכט הונדערטער אידן, די עסקנים זאגן זיי האבן שוין געגנבט פון כלל ישראל איבער א האלבער מיליאן דאללער!


זיי טוען נאך ווייטער די גניבה אויפן גרויסן פארנעם, יעדן טאג פארשאפן זיי זיך אנדערע וועגן.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2005 19:42 לינק ישיר 

פייערמאן, גערעכט! בכל הכבוד.
איך האב אמאל געזען פון א גדול, אז מענטשן וואס הערן אז איינער איז דורכגעפאלן מיט בארגן פאר אינשי דלא מעלי, און זיי האבן אים באשווינדלט און נישט באצאלט, כל שכן אויב ביי אים אליינס האט דאס פאסירט, וועט ער זיך פארמאכן די הענט און נישט וועלן מער מקיים זיין די מצוה פון "אם כסף תלוה וכו'". דאס איז נישט ריכטיג, ווייל יעדע מצוה האט א פרייז, תפלין צאלט מען טייער פאר זיך און פאר די קינדער, מצות מצוה און ד' מינים צאלט מען טייערע פרייזן, אזוי האט די מצוה פון בארגן אויך א פרייז. ע"כ.
נאר מ'דארף טאקע אכטונג געבן פאר וועמען מ'בארגט, און וואספארא סייז סכומים. און אויב מ'איז אמאל מסופק אויף די יכולת פונעם לוה צו ער וועט קענען צאלן, מעג מען בעטן צוויי גוטע ערבים. איך קען אפילו א איד וואס בעט א משכון, עס איז מאדנע, אבער ער בעט אמאל די חנוכה מנורה, אמאל די ווייב'ס קייטל. עס איז טאקע אביסל אינטערעסאנט, אבער אים האט נאך קיינער נישט אנגעזעצט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2005 15:00 לינק ישיר 

אבער נאך מען גייט זיי ארעסטירען גייט מען שרייען ...פדיון שביים, אוי נעבעך א בחור איז ארעטירט געווארען עס איז א מצוה צו העלפען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/9/2005 08:40 לינק ישיר 

are you talking from M.P.?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2005 05:35 לינק ישיר 

שולחן ערוך חושן משפט סימן שפח סעיף יב

כל המוסר הצבור ומצערן, מותר למסרו ביד עובדי כוכבים אנסים להכותו ולאסרו ולקנסו; אבל מפני צער יחיד אסור למסרו. הגה: (וע"ל סי' תכ"ה ס"א). מי שעוסק בזיופים וכדומה, ויש לחוש שיזיק רבים, מתרין בו שלא יעשה, ואם אינו משגיח, יכולין למסרו ולומר שאין אחר מתעסק בו אלא זה לבד. ...(מהר"ם מרוזבורג).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2005 01:34 לינק ישיר 

kj, ביסט 100% גערעכט!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/9/2005 01:28 לינק ישיר 

דער יעניגער איז נישט סתם א "גנב", ער איז נעבעך נישט געזונט.

עסקנים וואס האבן אים געוואלט ארויסשלעפן פון די בלאטע האבן אים געאפפערט גרויס געלט, מיט א דזשאב, אבער ליידער איז ער שוין געווארן עדיקטעט צו דעם סארט לעבן, השם ירחם, מען זיך אבער היטן פון אים.


נאך א זאך, אסאך מאל ווען מענטשן הערן אזעלכע סארט מעשיות ווערט מען גערעגט און מען מאכט אפ אז מען גייט שוין קיינעם נישט העלפן, דארף מען געדענקען אז מען איז מקיים עטליכע מצות עשות און מצות ל"ת דאורייתא פון חסד ווען מען העלפט א צווייטן איד, מען טוישט א טשעק, מען גיט א הלואה וכדומה.
אוודאי דארף מען זיין געווארנט, אבער מען דארף זיך נישט דערשעקן וועגן אזעלכע מעשיות, און ווייטער העלפן פאר אידן, אפילו מען פאלט אמאל אריין מיט א שווינדלער, אדער מיט איינעם וואס קען נישט באצאלן...






תוקן על ידי - kjfireman - 09/09/2005 1:27:50



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/9/2005 01:18 לינק ישיר 

פארוואס מעקט מען אלץ אויס די נעמען? אז איינער איז א גנב איז מצוה לפרסם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/9/2005 01:07 לינק ישיר 

יא "דזשעקעט", די ראשי תיבות וואס דו גיסט אן איז פון דעם דערמאנטן חברה מאן, איך מיין דו זאלסט דיך גוט איינוויקלען אין דיין 'דזשעקעט', און זיך שטעלן אין די רייע ער זאל דיר צוריק צאלן בתוך שאר אלפי ישראל... ה"י.

תוקן על ידי - allnewspic - 09/09/2005 1:06:48



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > גיט אכטונג: אידישע טשעק גנבים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext