בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

קארופציע ביי בית דין?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/9/2005 21:44 לינק ישיר 
קארופציע ביי בית דין?

נעכטן נאכט בין איך געווען ביי א שיעור אין פרשת השבוע. האט דער פארלערנער מרחיב הדיבור געווען אין דעם ענין פון שופטים ודייני ישראל, און טיף אריין אין דעם הארבן ענין פון גיין צו ערכאות, און די גרויסע עונשים דערויף.
דערנאך האט ער זיך צעברייטערט און אריינגעלאזט אין א לענגערן שמועס אין די סיבות וואס מאכט מאנכע אידן פארלירן די צוטרוי צו אידישע בתי דינים און זיי לויפן דעריבער אין קאורט.
האט ער מיט א שטארקקייט געזאגט, אז עס זענען פארהאן געציילטע בתי דינים, וואס זענען ליידער קארופטירט, עס איז א פשוטער ביזנעס, עס פירט זיך פונקט ווי א "Law firm" און אמאל נאך ערגער.
עס איז דעריבער א פליכט אויף יעדן איד וואס דארף אמאל צוקומען צו א בית דין, הן בין איש לאישתו, והן בין אדם לחבירו, זאל זיך גוט נאכפרעגן צו וועלכע בית דין צו גיין, אזוי ארום זיך פארמיידן די עגמת נפש פון אריינפאלן אין נעץ פון א פאלשע בית דין.
עס איז געווארן - ווי פארשטענדליך - א הייסע דעבאטע צווישן די עטליכע אידן ביים שיעור, ווי עס זענען געווארן אויפגעברענגט כמה וכמה מעשיות פון התפעלות וויאזוי די גוטע בתי דינים האבן באהאנדלט ענינים, און פארקערט וויאזוי די "ביזנעס בתי דין" האבן טיף בא'עולה'ט מענטשן.
איין חשובער אינגערמאן האט דערציילט א מעשה נורא וואס האר און נעגל שטעלן זיך אויף. (ער האט עס דערציילט מיטן נאמען פון דעם בי"ד, טענה'דיג אז ס'איז מצוה לפרסם. אבער איך וועל מיך מונע זיין פון זאגן נעמען, אפשר איז עס לשה"ר).
ער הייבט אן: וויבאלד דער פלוני געוויסער ראש בית דין אין וומסב"ג - לאמיר אים געבן א פיקטיוון נאמען, זרח - איז דאך א ביזנעסמאן, ער זוכט פשוט ארויפצוארבעטן די הכנסות פון דעם "געשעפט" זיינעם, דעריבער איז ער געפאלן אויף א וואזשנע המצאה, ער פאר זיך אליינס, דער זרח טוט זיך אדווערטייזן אלס א "טוען", מיט זיין טעל. נומער. צווישן נאך פיל טוענים איז אויך אדווערטייזט אונזער "זרח". אזוי באקומט ער ביזנעס און מאכט פרנסה אלס א טוען. אביסל דערנעבן אין טעל ביכל איז דא נאך אן אדווערטייזמענט, פון א "בית דין". מיט דעם זעלבן טעלעפאן נומער ווי דעם טוען... א געוואלדיגע המצאה, א כל-בו געשעפט, אלעס אינאיינעם א פול סערוויס טוען, און אויך, א פול סערוויס בית דין.
נו, וואס שלעכט? אפשר טאקע גוט, וואן סטאפ שאפינג.. אבער, לאמיר צוקוקן אביסל פון די נאנט די גרויסארטיגע פארצווייגטע פעולות פון דעם "טוען-בי"ד", א איד קומט אריין פארלוירן: מיין שכן האט מיר ארויפגעלייגט אן עיקול, איך דארף שוין א טוען. בארואיגט אים ר' זרח, און זאגט אים, זיי נישט פארלוירן, פאר א נישטיגן פרייז גיב איך דיר א "הסרת העיקול". וחסל. קוקט אים יענער אן מיט פרעגנדע אויגן, נישט וויסנדיג וויאזוי קען א טוען מאכן אן עיקול זאל ווערן אזוי שנעל אויס, דערווייל נעמט דער זרח ארויס א "לעטער-הער" פון זיין "בי"ד", און דער קליענט פארשטייט שוין אלעס. דערנאך איז דער "טוען" ממשיך, יעצט מיט דעם עיקול האט דאך יענער געשיקט א הזמנה לדין תורה, אויב שיקט ער דיר נאך איינס, לאז אים וויסן אז תובע הולך אחר הנתבע, און דו ווילסט דיך מתדיין זיין ביי מיר, נאכן אויסשטעלן א טשעק און די זיצונג איז פארטיג.
די זענען מעשים בכל יום "סטענדערד פראצעדורן" פון דעם "טוען בי"ד קאמפאני". והמפורסם אין צריך ראי'.
יעצט - זאגט ער - גייט ער דערציילן א מעשה וואס האט פאסירט דאס יאר. צוויי שותפים משה און גרשון האבן געהאט א גאר טיפן און שווערן סכסוך, זיי זענען שוין געווען גוט צוקריגט ווען משה איז אריינגעקומען צום "טוען בי"ד" פארלאנגען נישט מער און נישט וויינגער ווי א היתר לערכאות, ווייל צום ערשט מוז ער מאכן א "ליען" און א "ליעס פענדינס" אז גרשון זאל נישט אלעס ארויס ראבעווען, אויך וויל ער שוין אריינברענגען דעם גאנצן סכסוך אין קאנטראל, ווייל ער האט גראדע זייער א גוטן לויער... דער ראש בית דין האט אים נישט אנגעשריגן, און נישט ארויסגעווארפן, ער האט אויך נישט פארלאנגט ער זאל צום ערשט גיין צו א בית דין כשר בישראל. נאך א קורצע ביזנעס מיטינג, איבערלאזנדיג א געהעריגן "סכום הגון" פארן טוען & קאמפאני, האט ער ארויסשפאצירט מיט א היתר לערכאות. ער האט אזוי שנעל באקומען דעם בריוו אז ער האט זיך עס אליינס נישט געגלייבט. שוידערליך!
אבער די מעשה ענדיגט זיך נישט דא. דער שותף גרשון קומט אריין אין ביזנעס איין טאג. ער ווערט דערשראקן ווען ער זעט ווי עס ווארט אים אפ א שליח מיוחד מיט א "בריוו" ווי די קאורט לאזט אים וויסן אז אלע נכסים פון געשעפט זענען געפרוירן,זיינע פריואטע נכסים זענען געפרוירן, און, בייגעלייגט איז אן "ארדער אוו פראטעקשאן" אז ער טאר נישט קומען ביז הונדערט פיס נאנט צו זיין ביזנעס, און ביז הונדערט פיס פון זיין שותף משה'ס הויז. (פשוט פאר זיין זיכערהייט).
גרשון שטייט פארגליווערט און זעט שטערן'ס, ס'שווינדלט אים ביז ארויף און ער פארלירט דאס גלייכגעוויכט. די לעצטע חדשים לויפן אים דורך פאר די אויגן. עטליכע מתווכים האבן שוין פרובירט מפשר זיין צווישן זיי, מ'האט שוין עטליכע מאל גערעדט פון גיין צו א בית דין. ער האט שוין אפילו שטילערהייט געהאט געדונגען א טוען, אלעס איז געגאנגען רואיג, אן קיין טעראר און אן קיין שמוץ. קאורט מאן דכר שמי'. אבער אזא פליק, ביי ארדער אוו קאורט...
ער מאכט אן עמורדזשענסי אפוינטמענט און ער לויפט אויף אלע פיר אריבער צו זיין טוען, מיט וואקלדיגע פיס דערציילט ער דעם טוען ווי זיין לאנגיעריגער שותף משה איז געלאפן צו ערכאות אן א התראה, אן רעדן צו א רב, ער שטייט אן ווערטער.
דער טוען האט אים תיכף געהייסן קאנטאקטן א גוטן לויער. און דערווייל רופט דער טוען אן דעם משה, און זאגט אים, ענטפער מיר בלויז איין שאלה: ווי האסטו נישט מורא צו גיין אין ערכאות אן א היתר פון א רב?, ער בעט דעם טוען זיין פעקס נומער, ער גייט אים ענטפערן מיט די פאקס.
ביז עטליכע מינוט האט דער טוען אויפן טיש א געדרוקטן היתר פון יענע "טוען בי"ד". דער טוען רופט אן גרשון'ען און זאגט אים אהובי ידידי, דיין בעל דין האט א היתר פון ... קא.
גרשון שרייט, וויאזוי קען עס זיין? דער טוען זאגט אים הער מיך אויס, איך האב נישט קיין לעטערהעד, אבער בעל פה קען איך דיר אויך געבן דעם זעלבן היתר, ווען עפ"י הלכה דארפסטו שוין נישט קיין היתר וויבאלד יענער האט דיך אריינגעשלעפט אין געריכט. דער גרשון איז נישט געווען רואיג מיט דעם, האט ער זיך פארבינדן מיט א גרויסן רב אין חו"מ ענינים, און יענער האט דורכגעקוקט זיינע פאפירן און און געזאגט דו מעגסט רואיג גיין להציל את שלך.
ער האט גענומען א גוטן לויער, און געגעבן זיין מעשה, און די קאורט האט פארשטייט זיך אנגעהויבן אויך משה'ן צו קעיר נעמען און קאפענען. משה'ן ווערט זויער, יענער איז אויך אריין.. וואס טוט מען? נישט גע'דאגה'ט. דער קאמפאני קען דאס אויך מסדר זיין. ער לויפט אריבער צום ב"ד קא." און דער טוען-ראב"ד האט שוין ארויסגעדרוקט א בריוו און אפגעשיקט צו גרשון ער זאל שוין תיכף ומיד ארויסגיין פון ערכאות ווייל ער איז א מרים יד בתורת משה!
וואס עס איז ווייטער פארגעקומען איז נישט וויכטיג צום ענין, עס ווערט שפעט און איך מוז שוין ענדיגן, אויך ווייל דער סכסוך איז נאכנישט אינגאנצן פארטיג.
מיר זענען געזעצן און מיט אפענע מיילער געהערט און געשטוינט. איך האב נאכ'ן אויסהערן דאך געהאט אביסל ספיקות אין די פונקטליכקייט פון די מעשה. פריער האט מיך דער פארציילער ארויפגעלייגט אויפן טעלעפאן מיט א גאר חשובן איד וועלכער איז געווען פארמישט אין פרואוון צו שלום מאכן צווישן די צוויי שותפים, און ער האט עס מיר קלאר באשטעטיגט, און ער האט נאך צוגעלייגט, אז ער איז זיכער אז ביז א שטיק צייט וועט זיין א גרויס גערודער פון די אלע מעשי נבלה, און עס קען נישט צו לאנג אנגיין. דער ב"ד דארף נאר טרעפן איין "בחור" מיט ציין אין די מויל און ער וועט אים צושמירן ביז גאר.
איך האב שוין געהאט געהערט פון לאנג אז יענער טוען-בי"ד איז באוואוסט אין די עולם היהדות אלס א צענטער פאר עיקול'ס "הסרת העיקול"'ס והיתרים לערכאות אויף א גרויסן פארנעם אבער אעפ"כ האב איך נישט געקלערט אז דאס איז אויף אזוי ווייט.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/1/2006 19:28 לינק ישיר 

איך זעה אויף דף 2 פון דיזן אשכול איז פאראן א אימעיל אדרעסס.
און אויף דף 4 אין דעם אשכול איז דא א פאקס נומער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/1/2006 03:45 לינק ישיר 

וואס איז די פאקס # צו שיקען חומר קעגען גרובער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2006 20:36 לינק ישיר 

דיפלאמאט, איך מיין אז נישט דאס מיינט דער פלאם..
דער קעפל וואלט געדארפט זיין:
"וואס טוט זיך אונטער די קוליסן פון בתי דין"
בדרך אגב, איך האב הנאה צו זען אז דער אשכול לעבט נאך, איך האב געמיינט ער איז שוין לאנג אין ים התיכון..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2006 23:34 לינק ישיר 

איך האב היינט געהערט פון א עסקן אז עפעס טוט זיך גרויסע זאכן אויף גרובער בית דין קאמפעני, רבנים ברענען שטארק אויף עפעס לעצטיגע געשעענישן.

איך ווארט צו הערען נייעס דערוועגען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2006 22:49 לינק ישיר 

אין די געשעפטן איז שוין אויסגעלייגט דעם "פלאם" פון חודש טבת, אויפן דעקל זעט מען א בית דין שטוב... וואס זיי שרייבן אז זיי שמועסן ארום ווי אזוי עס זעט אויס די דיני תורה היינט צוטאגס.

אפשר מיינען זיי דאס וואס ווערט אויסגעשמועסט אינעם אשכול?...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/1/2006 20:33 לינק ישיר 

ס'איז שוין אדורך מער ווי א חודש מיט אהאלב זייט דיין תגובה.

און זייער פיל איז שוין געשעהן זייט דעמאלט, די פעקס האטליין האט צוזאם געבריינגט אפאר געליטענע, און זיי האבן אויפגעטון באנעזאם גאר גרויסע זאכן.

הגם דער זשענעראל פראבלעם גייט ווייטער אן, און די סיסטעם קאראפציע גייט אן ווייטער, נאר מיט אביסל מער זהירות.

דער עולם דארף זיך נאך ווייטער היטן פון די קאמפעני, און אויב איינער באקומט פון זיי א הזמנה אדער א התראה אדער א סירוב, חרם נידוי, אזהרה, ואיסור לבא בקהל, דארף מען זיך בכלל נישט צוטוהן מאכן.

ס'איז דא היינט אסאך בתי דינים וואס טוען תיכף אנולירען אלעס וואס די טוען/בורר/גנב/בי"ד קאמפעני שרייבן אדער זאגען.

עס ווערט דערקלערט ווי חספא בעלמא!

און די אנפירער ווערן אנגעקוקט און באטראכט ווי איינפאכע שווינדלער, געלט פרעסער און נאך ווייניגער ווי רועי בקר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2005 08:30 לינק ישיר 

אונז ווארטען מיט געדולט שוין פאר א חודש און האלב.
ווי לאנג וועט מען נאך ווארטען ביז עס וועט עפעס ווערען פין דעם האטליין פעקס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/10/2005 21:21 לינק ישיר 

איך האב נישט געקענט דערגיין צו די טיפקייט פון די מעשה, און איך האב נישט ליב צו שרייבן עפעס וואס איז לעכעריג, דעריבער וועל איך מוזן ווארטן ביז איך ווייס אלע פרטים מיט א קלארקייט. דאס איז אבער קלאר אז עס קאכט זיך מיט עפעס א סומעטאכע ביי גאר ערנסטע רבנים, און עס קומט עפעס גאר שטארק... לאמיר ווארטן מיט געדולד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/10/2005 22:44 לינק ישיר 

א געוויסער גרויסער רב און עסקן, שוימט און שטורעמט אויף דעם בי"ד/טוען/באנדיטן פעקטארי, אויף עפעס א מעשה ווי דער טוען ב"ד האט נישט נאר געמאכט זיין שפיל מיט הזמנות התראות וכו', נאר עס איז מעגליך גאר א שוחד סקאנדאל, ווען ער האט געוואלט לאזן זיך ביי אים " אין קאמפאני" מתדיין זיין ווען ער האט שוין געהאט גענומען אסאך געלט פון איין צד, און ער האט שוין אויך געארבעט אלס יועץ און חצי טוען פאר דעם צד, וואס מיינט אז אויסער געלט, האט ער אויך געהערט איין צד אן הערן יענעםס צד, וואס דאס אליין פסל'ט שוין א דיין פון פסקענען ביי דעם ענין.
עס קוקט אויס ווי יענער רב וויל אים פשוט איינשלונגען. לאמיר זען צו דער רב וועט עפעס דערארבעטן, אדער וועט ער זיך שרעקן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/10/2005 19:03 לינק ישיר 

לבי אומר לי אז בסך הכל האט איינער געמוזט פארלירן א דין תורה ביי הרב י. גרובער און ממילא קערט מען וועלטן..

איך קען א דיין וואס הייסט הרב נ.מ.באב"ד וואס האט א ב"ד וואס רופט זיך טארטיקוב און אויב איז ר' יודל ג. נישט קיין דיין איז וואס איז שוין אזהרה בזיון רבנים איז קעגען די תקנות הפורוםהרב באב"ד??



תוקן על ידי - allnewspic - 09/10/2005 19:20:26



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/10/2005 23:18 לינק ישיר 

אראפגענומען סירוב'ס אין עיקולים אן הערן דעם אנדערן צד טוט ער שוין א לאנגע צייט.

צו בתי דינים האבען זיך גענומען אויף אים, האב איך מורא אז זיי פסקנען ווי באטשי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/10/2005 17:42 לינק ישיר 

איך האב פונקט געהערט אז עפעס רודערט זיך לעצטנס מיט א גאר געמיינע מעשה אויף דעם חברה מאן. ער האט ארויסגעגעבן היתרים און התראות סירובס, און ניטאמאל געהערט די אנדערע צד, פשוט אלס א סערוויס פון א טוען... און אנדערע בתי דינים האבון זיך גענומען צו זיינע ביינער. איך האב נאכנישט געקענט מברר זיין אלע פרטים. איך האף אז אי"ה נאך שבת וועט נאכפאלגן מער פרטים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/9/2005 20:29 לינק ישיר 

כשיש דין למטה אין דין למעלה, השי"ת זאל העלפן אז דורך דעם וואס מ'פרובירט מתקן זיין די ענינים פון דין תורה דא אונטן, וועט מען אונז אפשוינען פון אויבן. א גוט געבענטשט יאר פאר אלע אידן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/9/2005 23:34 לינק ישיר 

מורח ודאין = שטינקט און פסק'נט?

אדער בעסער, אריינגעשמירט און פארזיכערט?





תוקן על ידי - jid_613 - 29/09/2005 23:33:46



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2005 21:59 לינק ישיר 

באראפארקער

דו האלסט דיך שוין פאר א "מורח ודאין"?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > קארופציע ביי בית דין?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext