די פארגאנגענע וואך
יענע וואך איז געווען א גיטע וואך פאר אונז
א.
קודם כל איז די עיקול אויפן דעיקער געבליבן און "זיי" האבן [פין גיטע סיבות פאר אונז] אפגעשטיפט די קעיס וואס האט געדארפט פארקומען דאנערשטיק
ב.
נאכדעם די מחאה פין ר' משה זאבערמאן מיטן צוענדיגן אז ווילאנג מען זאגט עם נישט צו אז מ'וועט נישט טשעפענען איינער פין די משתתפים ביי זיין שיעור וועט ער אויפהערן געבן דאס שיעור, און רב"צ האט עם ביינאכט אריינגערופן און דארטן האבן פ. מיט א. די גבאים צוגעזאגט פאר ר' משה אז זיי זענען אחראי און נעקסטן האט ר' משה ווייטער געגעבן די שיעור, און ליל ששי זענען די צוויי גבאים ארויף צו א. ריינהולד זאגן אז נאר פאר ר' משה האבן זיי אזוי געזאגט אבער פאר עם זאגן זיי "}קום נישט מער אריין אין בימ"ד" אין ווען ר' משה האט דאס געהערט האט ער זיי אהנגערופן און זיי האבן אפגעהאקט דעם טעלעפאהן, בקיצור ס'איז לעבעדיג.
ג.
שפעטער די אומגעראכטענער הצלחה פינם נייע ת"ת, 400 קינדער, 2 בנינים, 4 באסעס, די נאמען באבוב, גאנץ בארא פארק וואס האט ביז היינט געזעהן באסעס פין 1 באבוב זעהט יעצט באסעס פין צוויי, ס'טוט זיך ס'הענגט סיינס, און נעבעך צו איהר שלעכט מזל פין רב"צ רעבעצין איז זי פינקט ארובער געגאנגען 43 סטריט ווען מען האט אויפגעהאנגן די אייזערנע אותיות "באבוב" און זי האט דאס דערציילט פאר איהר מאן שרייענדיג "מענדי האקט אין קאפ אריין אז זיי האבן נאר 60 קינדער!! איך האב אליינס געזעהן די אהנגעפאקטע באסעס מיט הונדערטער קינדער אין די סיין "באבוב"!! די סימנים אויף רב"צ האבן זיך אהנגעזעהן שבת ביינאכט.
ד.
אינדערצייט וואס ביי אונז זוכט מען נאך אן בילדינג פארן ת"ת כדי צו קענען אהנעמען די קרוב צו 100 קינדער וואס זענען אויף די waiting list זענען זייערע קינדער פארנומען מיט אינטעערשרייבן אן מוחאה צעטל אז "אונז אלע האב מיר פיינט די מנהל באקאן" און הונדערטער קינדער האבן געחתמנט אין עס איבער געגעבן פאר עם אליינס בכבודו ובעצמו.
ה. ארוי ווי א נחת איז געווען צוצוזעהן די פענימער פין די 48 ניקערס וואס זענען אריין געקומען צום טיש און קידוש וועגן שמחות, און זעהנדיג און הערנדיג די רבינ'ס ווארעמע דברי תורה, זייערע פניעמער האבן ארויסגעוויזן דערשטוינטקייט ווי איינער פין זיי האט מיר געזאגט אז ס'גלייבט זיך נישט אבער ער רעדט דאך פינקט ווי דער "מהר"ש" אין די גיטע יינגע צייטן.........
 |
|
|