| נשלח ב-12/9/2005 03:23 |
|
| |
אנדעקט: היימישע בעקעריי באקט אום שבת
לויט ווי איך הער האבען זיך די גרעסטע בעקערייען געווינדערט פאר א לענגערע צייט ווי אזוי ****** קען דעליווערן בייגלעך אין אנדערע מזונות אנגעהויבען פין ווילאמסבורג ביז אזש די Five Towns אין אלע געגענטער אינדערמיט ביז אפאר מינוט נאכען זמן מוצש"ק, ביז מען האט זיי נאכגעקיקט אין געכאפט ביים מעשה, די געבאקערייען האט זיך אנגעפאנגען אין סאמע שבת קודש רח"ל..........
איך האב באשלאסען נישט צו שרייבען די נאמען, דאס לאז איך פאר א צווייטען......
תוקן על ידי - איןבעיה - 12/09/2005 3:25:36
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2005 01:47 |
|
| |
האט מען דאס טאקע פעסט געשטעלט אדער איינער האט אפשר געבאט צעטוהן מיט זיי האט ער געמאכט אזא מעשה???
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2005 20:37 |
|
| |
א נארישע טענה, אויב זיי האבען א משגיח תמידי איז ברור אז יענער פירט זיך ווי זיין בעל מכשיר.
אין אל אף דעם גרויסער קאף שטיק טענה מען קען נישט טרעפן אזא סארט היתר.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2005 20:27 |
|
| |
ווער זאגט זיי האבען נישט א משגיח תמידי?
עס קען זיין ווי איינער לייגט דא פאר, אז מען האט דארט געבאקען אין שבת מיט א היתר פין א "רב" נישט זייער בעל מכשיר, עס איז מעגליך אויסצוארבעטען א היתר.
עס קען זיין אז די גוים האבען צוגעגערייט די טייג, די וואסער, וכו', און גלייך מוצ"ש האט מען אנגעהויבען באקען, עס קען זיין גאר אסאך אופנים ווי אזוי דאס איז צוגעגאנגען, וואס פארדעם איז די עוולה נישט אזוי גרויס, און ווערט נישט מפורסם, און מען לאזט זיי ווייטער אהנגיין.
על כן וואלט איך מייעץ געווען, אז כל זמן מען הערט נישט פין די התאחדות זעלבסט א הכרזה בנוגע דעם ענין, איז די פירמע בחזקת כשרות, און די מעשה דא הוידל מיט בוידל.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2005 20:14 |
|
| |
פארוואס קען אזא גרויסע ביזנעס זיך נישט ערלויבען א משגיח תמידי?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2005 18:55 |
|
| |
יענקעלע, סוף פסוק, וואס ווילסטו ארויס ברענגען? אז התאחדות איז נישט בד"ץ? דאס ווייסט יעדער. אבער ליידער איז די גאנצע השגחה סיסטעם אין אמעריקא אזוי, און דאס איז נאך אלס פון די בעסטע.
פייערמאן. איך האב געזאגט אז מ'קען מאכן די סיסטעם אזוי ווי די חשובע השגחות אין א"י, נעמליך, א משגיח תמידי, און דער בעה"ב און דער מענעדזשער האבן נישט קיין שליסל פון געשעפט, בלויז דער משגיח! קיינער קען אין געשעפט נישט אריינגיין אן דעם משגיח.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2005 01:40 |
|
| |
בן מלך:
לאמיר דיר מסביר זיין מיינע ווערטער. אויב קוק איך אן דעם אידישן בעל הבית פון א בעקערי אדער רעסטוראנט וכדומה, אלס איינער וואס וויל מיך מכשיל זיין במזיד, מיינט דאס אז איך דארף האבן א משגיח תמידי וואס זאל דארט זיין יעדן פארטאגס ווען מען עפנט, ער זאל פארזיגלען אלע פרידזשידערס יעדע נאכט (אפשר ברענגט דער בעל הבית אריין טריפה אינמיטן נאכט, ער זאל קוקן וויאזוי מען עפנט אלע באקסעס אויל, מייאנעיס, קעטשאפ, ווייל אפשר גנב'ט מען אריין נישט כשר'ע וכדומה. דאס קען זיך נישט אויסארבעטן אויף א קליינעם פארנעם.
איך פארשטיי אז ווען מען מאכט א פראדוקט אין א ריזיגע קאמפאני קען דאס ארבעטן, אבער ביי לאקאלע בעקעריס, גראסעריס, רעסטוראנטן, קעיטערערס אדער סיי ווער עס קאכט באקט וכו', איז דאס כמעט אוממעגליך. אויב טוט מען דאס יא וועט דאס אפקאסטן "מיליאנען" פאר משגיחים.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2005 01:37 |
|
| |
בןמלך
ביי אזא פאל פון במזיד ארבייטן שבת געבן די ביד"ץ "נישט" נאך א טשענס, יארן צוריק איז געווען גענוי די זעלבע מעשה מיט מיט א פאבריק וואס פראדעצירט אויל און מען האט זיי געכאפט ארבייטן שבת, און מען האט תיכף אראפ גענומען די השגחה אין די קאמפאני האט געליטן גאר גרויסע שאדענס, עס האט געדוירט פונעף (5) יאר ביז זיי האבן צוריק באקומען דעם הכשר.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2005 01:33 |
|
| |
ביי "בד"ץ" עדה החרדית, איז דא פעלער וואס מ'גיט נאך א 'טשענס', עס ווענדט זיך וואס די עוולה איז געווען, און ווי איך פארשטיי איז דאס דא דער זעלבער סארט פאל.
משא"כ הרב לאנדא איז א שארפער, און ביי אים איז זעלטן ווען דא אזא מושג פון צוריק ארויפלייגן, עס גייט תיכף א "הוסרה השגחה" און יענער קען זוכן א קאסטומער אפצוקויפן זיין ביזנעס.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2005 01:26 |
|
| |
איך פארשטיי נישט, זייט מיר מסביר,
אויב איז דאס אמת, אז דער בעל הבית האט במזיד מכשיל געווען דעם עולם און געארבייט שבת, האט ער דאך פארלוירן זיין חזקת כשרות, נו, פארוואס גיט מען עם ווייטער א הכשר, אין ארץ ישראל ביי די עדה החרדית און אין בני ברק ביי הרב לאנדא, אויב כאפט מען א פאבריק "במזיד" מכשיל זיין דעם ציבור באקומט מען כמעט קיינמאל נישט צוריק דעם הכשר, "תיכף" זיכער נישט.
נאר מען קומט גלייך ארויס מיט א איסור מיט א פירסום ברבים אויף דעם פראדאקט.
ווידער אויב איז געשען א טעות, אדער א שוגג, נו, וואס מאכט מען אזא צימעס, כבר הי' לעולמים, ביי די עכט היימישע וויליאמסבורגער בעקערייען מיט פסח, ווערים, מילעכיג אין פארעווע פראדאקטן וכו' און דאן מאכט מען בשתיקה גדרים וסייגים און מען מאכט נישט שאדן פארן אייגענטימער,
עפעס שטימט דא נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2005 23:13 |
|
| |
דאס קען זיך אין פראקטיק אויסארבעטן פונקט אזוי ווי עס ארבעט זיך אויס אלע ערליכע השגחות אין ארץ ישראל. עס איז דא אן אויסגעטרעטענעם סיסטעם, מיט השגחה תמידית, און די בעלי בתים פאקן איין פאר דעם בעל מכשיר.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2005 22:59 |
|
| |
איך הייב אן צו האלטען פון די פרומע וואס זענען נאך היינט מקפיד צו עסען נאר היימיש.
ס'איז שוין גארנישט קיין ווערטל.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2005 22:42 |
|
| |
איך זע נישט אין פראקטיק וויאזוי דאס קען זיך אויסארבעטן, לאמיר זאגן אזא זאך ווי ארבעטן שבת בסוד דורך גוים, אויב די פאבריק איז נישט ממש אין די היימישע געגנט וויאזוי דערגייט מען דאס?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2005 22:28 |
|
| |
טרעקטער, ס'איז טאקע מעגליך אז דאס איז א שפיצל וואס איינער האט אונטערגעשטעלט. אבער דער שפיצל איז ליידער צו גוט געלונגען. עס איז געווען גוט אויספלאנירט פון פאראויס, מיט כשרע עדים, און אויף אזא אופן אז קיינער זאל גארנישט פארדעכטיגן פון פריער.
דערנאך האט זיך די שפיצל ווייטער פארצויגן ווען די רבנים זענען געזעצן בכובד ראש מיט די עדים און מקבל געווען זייער עדות, און דערנאך איז געווען נאך ישיבות מיט די אפוועזנהייט פון די עדים דן זיין להלכה ולמעשה.
פייערמאן, ריכטיג אז דאס טוען די השגחות ביי אונז אין אמעריקא (בדרך כלל), אבער היינט וואס ליידער האבן פיל בעלי בתים פארלוירן נאמנות, פיל בעלי בתים פון די עסן אינדוסטרי זענען פשוטע קלים, איז די העכסטע צייט אז די סיסטעם זאל זיך טוישן, און 'השגחה' זאל טאקע מיינען כפשוטו 'השגחה'.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2005 21:18 |
|
| |
דער אמת איז אז ס'איז שווער צו באשולדיגן א כשרות ארגאניזאציע אדער דעם ציבור אז מען האט פארזען אזא זאך (אויב ס'איז אמת), עס איז נישט קיין ספק אז אויב א היימישער איד א בעל הבית וויל בידים מכשיל זיין איז כמעט אוממעגליך מען זאל אפ אפשטעלן. מען דארף אסאך סייעתא דשמיא.
א כשרות איז נאר גוט אויף זיכער צו מאכן אז דער בעל הבית נוצט נוצט די ריכטיגע אינגריעדענט, און אז מען מאכט אים אויפמערקזאם אויף פארשידענע דינים און שאלות וואס ער כאפט זיך נישט אליין. דערצו ווייזט מען אים אן א וועג וויאזוי זיך צו פירן בעניני תולעים, חלה נעמען, בישול עכום וכו'. אויב איינער וויל איבערקלוגן די רבנים און בידים מכשיל זיין דעם ציבור, גלייב איך נישט אז ס'איז דא אן עצה דערויף...
|
|
|
|
|