| נשלח ב-12/9/2005 21:04 |
|
| |
מקור פון ווארט על עוד אקבץ עליו לנקבציו
שמעתי אז פריעריקע צדיקים האבן געטייטש אויף דעם פסוק " נאום ה' א' מקבץ נדחי ישראל... עוד אקבץ עליו לנקבציו (בהפטורה לת"צ)
אז עס וועט זיין איין קבוץ גליות נאך פאר משיח וועט קומען, און משיח וועט מאכן דעם צווייטען - וזה הפשט עוד אקבץ עליו לנקבציו.
צו ווייסט איינער דעם מקור פון דעם ווארט?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/9/2005 23:35 |
|
| |
מקוה איד
דיין קשיא אויפ'ן רמב"ם וואס שרייבט אז יאשקע און דער משוגענער אראבער (ווי דער רמב"ם אללין רופט איהם) זענען געוועהן ליישר דרך למלך המשיח, אויב אזוי איז דאך דער רשע ימ"ש אן סטאלין וכל שאר מרעין בישין אויך?
דער תירוץ איז: יא!
אלעס איז, פון בריאת העולם אהן. דער רמב"ם זאגט נאר אז אפילו פון די צוויי מאורעות וואס לכאורה זענען זיי דאך א היפוך גמור פן תכלית המקווה, קען מען אויך זעהן בחוש אז זיי זענען מיישר דרך - אזוי ווי באראפארקער האט ריכטיג געשריבן.
וממנו תקיש על השאר
באראפארקער
איך האף דו ביזט מסכים מיט מיין פשט פון רמב"ם
נבוכדנצר
עס זעהט אויס ווי באטשי האט שוין געענדיגט זיין דרשה, אין איין ווארט וויל ער אונז מגלה סוד זיין, אז די הייליגע נביאים האבן שוין געוואוסט פון דעם ניאוץ און די מרידה במלכות שמים וואס הייסט מדינת ישראל.
דער נביא זאגט פונקטליך וויאזוי די יידן אין ארץ ישראל וועלן אויסזעהן פאר ביאת משיח
"ואמרת, אעלה על-ארץ פרזות
--אבוא השוקטים,
יושבי לבטח; כולם,
יושבים באין חומה,
ובריח ודלתיים, אין להם.
יב לשלול שלל, ולבוז בז--להשיב ידך
על-חורבות נושבות,
ואל-עם מאוסף מגויים,
עושה מקנה וקניין,
יושבי על-טבור הארץ"
די הויפט זאך האט ער - לשיטתך- פארגעסן, כדי מזאל זיך נישט טועה זיין האט ער געדארפט צו לייגן
מנאצים
מורדים במלכות שמים
אדער להיפוך
קדושים וטהורים
צדיקים וחסידים
קען זיין אז פאר דיר אזי דאס א חידוש, מיר ווייסן דאס שוין צענדליגער יאהרן, נאכמעהר, נישט א נביא, נאר א ראשון האט געשריבן (פי' רגמ"ה תמיד לב ע"א) אז דער שטן איז אימשטאנד צו ברענגען א גאולה פאר אידן וזה לשונו: שטנא נצח והוא נותן להם גאולה.
דער רגמ"ה וואס דו ברענגסט איז פון די קלאסישע מעטאדן פון זיוף, - אריין לייגן ווערטער אין יענעמס מויל אין אפווענדן- ברענגען האלבע ציטאטן.
1) דארט האט ער זיך געוואלט ברענגען א ראיה אז ער איז חשובער פון די אידן אין הימל פון זיינע נצחונות, ווי קומט דאס בכלל אהער צו אונזער שמועס? ווער רעדט דא פון מופתים? מרעדט ווי סשטייט אין אונזערע מקורות דעהם פשט אין פסוק עוד אקבץ עליו. דו האלסט דער פשט איז אנדערש? שרייב פארוואס.
2) דארט אין מס' תמיד רעדט זיך בכלל פון גויים (אלכסנדר מוקדון) אז דער שטן קען זיי פארנארן- נישט פון קיין אידן ווי די שרייבסט.
די אנדערע זאכן מיט נביא שקר פארשטיי איך בכלל נישט וואס דו שרייבסט.
אגוטן שבת
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/9/2005 23:51 |
|
| |
אנטשולדיג איך בין מפסיק אינמיטן אייערע זיסע מחלוקה'לעך
מיט א פלעינע "אויסגעדראשענע" גמרא
ממוז דאך געבן א ריווח להתבוננן
דא האט איהר בפירוש אז בשעת די הרי ישראל וועלען געבן פירות, און קיבוץ גליות וועלן נאך זיין די רשעים - (די שופטים און אהנפירער). ערשט נאכדעהם וועט מען זיי אונטער ברענגען.
גמרא מגילה דף י"ח.
ומה ראו לומר קיבוץ גליות לאחר ברכת השנים דכתיב ואתם הרי ישראל ענפכם תתנו ופריכם תשאו לעמי ישראל כי קרבו לבוא
וכיון שנתקבצו גליות נעשה דין ברשעים שנאמר ואשיבה ידי עליך ואצרוף כבור סיגיך וכתיב ואשיבה שופטיך כבראשונה
וכיון שנעשה דין מן הרשעים כלו הפושעים וכולל זדים עמהם שנאמר ושבר פושעים וחטאים יחדיו (יכלו)
וכיון שכלו הפושעים מתרוממת קרן צדיקים דכתיב וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק וכולל גירי הצדק עם הצדיקים שנאמר מפני שיבה תקום והדרת פני זקן וסמיך ליה וכי יגור אתכם גר והיכן מתרוממת קרנם בירושלים שנאמר שאלו שלום ירושלם ישליו אוהביך
וכיון שנבנית ירושלים בא דוד שנאמר
אחר ישובו בני ישראל ובקשו את ה' אלקיהם ואת דוד מלכם
ביפה קול על מדרש שיר השירים על הכתוב השבעתי אתכם...(ויואל משה מביא בשמו כמה פעמים)
"...נראה שאין קיבוץ גליות ומפלת גוג ןמגוג ע"י מלך המשיח, אלא מתחילה יתקבצו הגליות ויהי ענין גוג ומגוג ושוב יתגלה מלך המשיח לבנות ביהמ"ק והכי משמע בפ"ב דמגילה (דלעיל)..."
איהר קענט יעצט רואיג צוריק גיין צו וועלכע מקוה דער קארלסבורגער רב האט גענוצט דעהם זיבעטן.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2005 01:13 |
|
| |
מקוה איד האסט געפרעגט זעהר צו דערזאך די קשיא איז אויפן רמב"ם נישט אויף מיר דו פארדינסט אגוטן ענטפער. אזאנס וואס דו אליין וועסט אויך מקבל זיין. דו וועסט דאס קריגען ווען איך וועל קריגען מיין ענטפער אויף מיינע קשיות צו דיר אין דעם אנדערן אשכול... דערווייל וועלן מיר הערן פון די חכמי הפארום, ווי אזוי זיי ענטפערן באראפארקער . זאגסט זייער גוט אבער נישט דאס מיינט דער רמב"ם
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2005 00:16 |
|
| |
עס זעהט אויס ווי באטשי האט שוין געענדיגט זיין דרשה, אין איין ווארט וויל ער אונז מגלה סוד זיין, אז די הייליגע נביאים האבן שוין געוואוסט פון דעם ניאוץ און די מרידה במלכות שמים וואס הייסט מדינת ישראל.
קען זיין אז פאר דיר אזי דאס א חידוש, מיר ווייסן דאס שוין צענדליגער יאהרן, נאכמעהר, נישט א נביא, נאר א ראשון האט געשריבן (פי' רגמ"ה תמיד לב ע"א) אז דער שטן איז אימשטאנד צו ברענגען א גאולה פאר אידן וזה לשונו: שטנא נצח והוא נותן להם גאולה.
די תורה הקדושה זאגט בפירוש, ובא האות והמופת דער מופת וועט קומען, אבער נביא שקר בלייבט נביא שקר מיט די גאנצע מעשה
מדינה בלייבט טמא כאטש די נביאים האבן געשריבן אז עס וועט זיין א מדינה, אדם הראשון האט געזעהן דור דור וחכמיו ופרנסיו און בתוכם אונזער דור מיט אלע פארדרייטע מנהיגים און בפרט (דא יעדער זאל אריינלייגן זיין גירסא: מנהיג פלוני ודיין אלמוני) מיינט נאכנישט אז דער איז א כשר'ער מנהיג, יא, דער בוכ"ע ווייסט אלעס, און איז מגלה פאר די נביאים וואס עס וועט זעהן, און אפטמאל איז ער מגלה אויך דרכיהם של רשעים, כשם שהוא מגלה מעשיהן של צדיקים
מער צייט האב איך נישט, כ'האב געווארט ביזן סוף פון דיין דרשה, כ'האב געמיינט וועסט ערפינדן ווייסעכוואס, דערווייל זעה איך בלויז נאך א באטשי...
אזוינע טיפן צומישטע מוחות טרעף איך יעדן טאג, ס'איז א מחיה זיי צו לאזן רעדן און רעדן
און יעצט, אודך, הייב אהן צו "קאלערן", מאך רויט, גרין, מעגסט נוצן געהל פאר א נויטפאל
הצלחה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2005 23:22 |
|
| |
מקוה איד
ביסט נישט אזוי גערעכט מיט דיין דמיון,
דער רמב"ם זאגט "ליישר דרך" אויף יאשקע און מחמד, ווייל סוף כל סוף האבען זיי פארשפרייט די אמונה אין אויבערשטען, און די ידיעה פין די אמונה היהדות, נאר זיי האבען עס מסלף געווען, ממילא ווען משיח וועט קומען וועלען זיי גרינגער קענען איינזעהן אז די אמת איז מיט די אידישער אמונה, משא"כ וואלטען זיי געוועהן סתם עובדי עבודה זרה, וואלט די זאך געוועהן אסאך שווערער ווייל זיי וואלטען געווען מער מרוחק פין אידישקייט.
היטלער האט אויסגעהרגעט זעקס מיליאן אידען, וואס האט דאס מיט "ליישר דרך"? קען זיין אז די זעהט אן השוואה, איך זעה נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2005 23:08 |
|
| |
לויט דעם רמב"ם איז היטלער/אוישוויץ אויך געווען "ליישר דרך", פונקט ווי דער אותו איש און מכמאד הישמעאלי איז געווען. אלעס וואס עס פאסירט מיט כלל ישרא' איז "ליישר דרך".
און אנדערע ווערטער אותו איש, מאכמאד הישמעאלי, קרייציגלער, ת"ח ות"ט, גירוש שפאניע, היטלער, מדינה, אלעס איז "ליישר דרך".
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2005 21:43 |
|
| |
נאך א מקור אז עס וועט זיין צוויי קיבוץ גליות
פשטות דברי הנביאים אז די מלחמת גוג וועט זיין אויף יידען אין ארץ ישראל,
יחזקל ה' (ווי דער נביא רעדט צו גוג)
"ואמרת, אעלה על-ארץ פרזות--אבוא השוקטים, יושבי לבטח; כולם, יושבים באין חומה, ובריח ודלתיים, אין להם. יב לשלול שלל, ולבוז בז--להשיב ידך על-חורבות נושבות, ואל-עם מאוסף מגויים, עושה מקנה וקניין, יושבי על-טבור הארץ"
די שאלה איז נאר ווען וועט זיין דער והיה ביום ההוא יתקע בשופר גדול.
פאר אלעם אין עס וועט נאר זיין איין קיבוץ גליות
אדער שפעטער און עס וועט זיין צוויי
"המעיין במקראות וברמב"ם סוף הלכות מלכים יראה מבואר דמלחמת גוג ומגוג תהיה אחר ביאת בן דוד והתקיעה לקבץ נדחי ישראל וכדכתיב והיה היום ההוא יתקע בשופר גדול ובאו האובדים וגו' תהיה אחר גמר מלחמת גוג ומגוג ומפלתו ואז תהיה גאולה שלימה לכל ישראל"
אמרי ברוך פון ברוך טעם (לייפניק) הגהות אויפן טורי אבן ר"ה י"א :
יוסי718
די ציונים מיט בויען ארץ ישראל איז בערך ווי חב"ד אדער ערכים וועט נעמען קרעדיט פאר די בעל תשובה באוועגונג
הכל מודים אז סאיז אראפ א רוח תשובה און זיי ארבעטן אויף דעם.
עס איז פון שנת ת"ר - תר"ך אראפ געקומען איין התעוררות צו פארען קיין ארץ ישראל.
די ציונים לדאבונינו האבן דאס איינגעשפאנט, און געשטערט אז די יראים זאלען פאהרן בויען.
פארוואס סאיז זיי געלונגען? לא מחשבותי מחשבותיכם, אזוי סאיז געלונגען די נוצרים.
דער שיניעווער רב - ווי אויף רוב צדיקי הדור -איז קודם געוועהן א גרויסער חסיד פון די חובבי ציון, שפעטער האט ער געזעהן ווער סשטייט בראש האט ער זיך שנעל אפגעשאקלט, ווייל יצא שכרו בהפסדו. אבער נישט ווייל ער איז געוועהן קעגען די חובבי ציון.
די ציונים האבן נאר צוגעכאפט אזאך וואס כלל ישראל האט געהאט. און עס אויס גענוצט פאר זייער מאכט און געלד.
דער רעיון הציוני איז געוועהן אויף צו שטעלן אמדינה.
דאס איז זיי געלונגען!, ווייל אזוי האט געדארפט זיין
דער בארעכטיגוג איז געוועהן נהיה ככל הגויים
דאס קען נישט זיין - אם לא בחמה שפוכה אמלוך עליכם
מען האט זיי פון הימל אויסגענארט, אויפצושטעלן א מדינה און א מקום תורה ומנוחה פאר כלל ישראל. אויף א פארנעם וואס זיי האבן נישט געחלום'ט אין זייערע וויסטע חלומות
זיי האבן גענדיגט זייער תפקיד, יעצט ווי דער רמב"ן זאגט הייבט זיך אהן דער בירור.
פאר אלע שעלטערס
דער נומער 120.000 קומט פון די העדליינס צייטונג משפחה פאר צוויי וואכן צוריק (117.320)
לשיטתכם דארף מען דאנקען די ציונים
לשיטתנו איז דאס איין אתחלתא פון ומלאה הארץ דעה - ליישר דרך למלך המשיח.
TAKE YOUR PICK
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2005 12:57 |
|
| |
באטשי
ראדני מקוה איז אוישוויץ פאר די לייז.
זעהט אויס דיין אוישוויץ האט א סאך איבערלעבער אדער דו טובל'סט דיך נישט אין ראדני (צו בכלל?)
יא. די מדינה איז א קרעמאטאריום פאר אידישע נשמות.
ילדי טעהראן אפגעפיהרט.
תימנער קינדער אפגעפיהרט.
גאנץ ספרדישער אידענטום אפגעפיהרט.
מיליון קינדער ווערען דארטען מחונך צו כפירה ומינות, נישט וויסענדיג פון קיין שמע ישראל.
ועל כולם, באטשי זיסער אליין וואס די מדינה האט געשלעפט טיף אריין צו'ם ס"מ
און דו טרומפייטערסט זיך מיט דיין הונדרעט צוואנציג טויזענד כולל יונגערלייט. (פון ווי האסט דו די נומערען, אגב?)
אוישוויץ האט אויך געהאט א פייג בלעטעל וואס האט עס געזאלט פארדעקען. ס'האט זיך גערופען טעריעזענשטאדט.
די אידישע פאלק איז פול מערדערס און פארברעכערס? איך זאל זיך אפטשעפען פון זיי?
אונז זיינען די אידישע פאלק! און זיי האבען לאנג אפגעטשעפעט פון אונז. די חברה זיינען "אברים המדולדלין בגוף האומה המרקיבין את כל הגוף" (לשון הרמב"ם).
זיי האבען זיך אפגעטשעפעט פון די אייבערשטער און זיין הייליגע פאלק. זיי האבען זיך בכלל אפגעטשעפעט פון מענטשהייט אבער דאס איז שוין עפעס אנדערש. טשעפע דו אפ פון אידישען פאלק. פאהר קיין תל אביב און ווער א פרייער. אם לבעל לכו אחריו.
אדער נעם צוויי טיילענאל (אוישוויץ פאר קאפווייטאג) און לייג דיך שלאפען. איך וועל דיר רופען ווען משיח וועט קומען
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2005 09:21 |
|
| |
וואסא
אוישוויץ געוועהן קרעמאטאריום פאר די גופים
מדינת ישראל איז אוישוויץ פאר נשמות
ראדני מקוה איז אוישוויץ פאר די לייז
קרית יואל איז אוישוויץ פאר די זאלי'ס
מיין עיר קאנדישענן איז אוישוויץ פאר די היץ
א טיילענאל איז אוישוויץ פאר א קאפווייטיג
דער אינטערנעט איז אוישוויץ פאר דיין שיטה
וואסא_דיף איז אוישויץ פאר נארמאלע מענשטן
די צרה איז אז ער אליין מיינט ער איז גאר דער כ"א כסליו פון דעם אוישוויץ
אין אוישוויץ איז אויך געוועהן 120,000 כולל יונגעלייט מיט ישיבה בחורים וואס די ימ"ש האבן זיי סאבסידירט.
די רשעים איו אר"י לאזן זיי מיטאמאהל גיין צום גן עדן
יא מיין טאטע האט אין יענע אוישוויצער ישיבה גדולה פארלוירן אפאהר קינדער לומדים, דיינע חברים דארט האבן זיי גלייך געשיקט אין גן עדו אהן קיין עכוב
משוגענער!
טשעפע דיך אפ פון יידישן פאלק, ס'פול מיט שלעכטע מערדערס און פארברעכערס, וואס דארפסטו אונז האבן?
גיי שמד דיך בעסער, ווער א אונגארישער גוי, אזוינע פיינע מענטשן, מיט א שיינע שפראכע, און מאכלים און א שיינע שטאט ווי בודאפעסט, מיט שטאפ לעבער אין די האטעלן, וכו' וכו'
איך וועל דיך רופען ווען משיח וועט קומען.
יוסי718
דער נושא איז יעצט צו עס וועט זיין א קיבוץ גליות אין ארץ ישראל פאר ביאת המשיח בב"א.
דער רבש"ע האט זיינע וועגן ער דארף נישט ביי אונז פרעגן ווי אזוי צו מאכן א קיבות גליות.
אילו זכינו וואלטן מיר ארויף געגאנגען מיט ערליכע אידען ווי די תלמידי בע"ש אין די תלמיד הגר"א
ואילו זכינו וואלטן מיר ארויף געגאנגען מיט די בילויים פאר 170 יאהר וואס זענען אלע געוועהן ערליכע אידען געבויט ראש פנה ועוד. נאך בעפאר הערצל מיט ציונים
ואילו זכינו וואלטן מיר געפארן קיין ארץ ישראל מיט ר' עקיבא יוסף שלעזינגער זצ"ל און געבויט שטעט אין ארץ ישראל אזוי ווי פתח תקווה
נאר עכשיו שלא זכינו - מיר האבן דאך געשיקט די אונגארישע קנאים זיי זאלען איהם מקצר ימים זיין
האט דער רבש"ע זיינע אנדערע וועגן.
איך האלט סאיז א בלאף אז הערצל האט עפעס מיט דעם יישוב אין ארץ ישראל.
סאיז געוועהן דאמאלטס א גרויס התעוררות צו פארן קיין ארץ ישראל צווישן פוילישע אין רוסישע יידן.
באותו זמן האט דער אונגערישער אסימילאנט מיט די בארד געשריבן זיין ארטיקל וועגן א יידיש לאנד צו לעזען דעם "יידן פראבלעם" ולאו דוקא ארץ ישראל (אוגאנדע) די רוסישע יידישע עסקנים האבן שנעל פארשטאנען אז מקען איהם נוצען פאר א קאריזמאטישן פראנט פאר די אסט יודען אין איז געווארן א שידוך.
די עסקנים ציוניסטן האבן גארנישט געבויט, זיי האבן גערעט "ציונות" .אחינו בני ישראל זענען געפארן און האבן געבויט, די ציונים זענען געוועהן ווי אלע פאליטישנס ארויפ געשפרומען אויפן וואגן און געמאכט געלט.
יא זיי האבן קאליע געמאכט אסאך, אוועק געריסן אידישע קינדער פון די אמונה, נישט געלאזט פרומע יידן פארען, אבער ארץ ישראל האבן זיי נישט געבויט. ארץ ישראל האבן געבויט אידן (פרומע אדער פרייע) וואס האבן בוחר געווהן צו וואינען אין דעם ארץ חמדה טובה ורחבה. די יידען ואס זענען אוועק פון מאלאריע זענען נישט געזעסן ביי די קאנגרעסן אין באזל.
איי וועסטו פרעגן א פרייען איד א כופר בה' ובתורתו מיט וואז ביזטו אייד" פארוואס ביטו דיך מוסר נפש? פאהר קיין קאנאדע, אויסטראליע, מען לאזט אריין.
ער וויסט נישט
א שטיק צייט צוריק האב איך געהאט אזא וויכוח אויף בח"ח מיט א כופר אין איהם געפרעגט די שאלה, ער האט געטענהט ער איז זיך מוסר נפש אין מיליטער, האב איך איהם געפרעגט וואס וועט זיין אז סוועט ווערן שלום מיט וואס וועסטו דאמאלטס זיין אייד?
ווען ער האט זיך נישט געקענט ארויס דרייען האט ער גענטפערט ממש אזוי ווי אונזערע טייערע סאקמוירים דא ענפערן: ער וויל זיך נישט אריין לאזן אין וויכוח מיט אויסגעדראשענע טענות, ווייל איך נאר לקנתר, און ער וויל מיך נישט אפשוואכן, ממש דעם זעלבן מהלך
אבער לעניננו פארוואסס טאקע?
אדער ווייל אף ע"פ דאיהו לא חזי מזלייהו חזי
אדער ווייל מהאט זיי פשוט צוגענומען די בחירה
דער רבש"ע וויל בויען זיין לאנד צו גרייטן צום מלך המשיח, דארך ער זיך נישט בארגן קיין עצות ביי קיינעם.
אז אונזער עולם וויל נישט, וועט ער טרעפן אנדערע,
דאס אז אויך מרומז אין דעהם רמב"ן. ומאמר הצדיקים וזרע עבדיו ינחלוה אין דער נאך ואוהבי שמו ישכנו בה
דו האסט דערמאנט דעם חפץ חיים מיט דעם אסטראווצער זצ"ל, פארוואס דערמאנסטו נישט דעם אמרי אמת, וואס נאך דעם 29 נאוועמבער האט ער זיך אויסגעדריקט אויף גאולתן של ישראל קמעה קמעה כאילת השחר.
ער האט אויך בפירוש געזעהן אין די מדינה א חלק פון דעם מהלך הגאולה?
זאלי
מלך בבל
קושקע
איין סאטמאר
יוסף מאיר וכל השאר
איך פארשטיי אז עס באדערט אייך זעהר צו זאגן אז די ציונים ווי דער אונגארישער בארד, מיט בן גוריון, נארדאו וכל שאר מרעין בישין האבן א חלק אין צו גרייטן צום ביאת המשיח.
אבער קוקטס גוט וואס דער רמב"ם שרייבט - אין דעם שטיקל וואס מהאט יעצט געדריקט- העיקר אין די צווייטע פסקא
אף ישוע הנוצרי שדימה שיהיה משיח, ונהרג בבית דין--כבר נתנבא בו דנייאל, שנאמר "ובני פריצי עמך, יינשאו להעמיד חזון--ונכשלו" (דנייאל יא,יד). וכי יש מכשול גדול מזה: שכל הנביאים דיברו שהמשיח גואל ישראל ומושיעם, ומקבץ נדחיהם ומחזק מצוותן; וזה גרם לאבד ישראל בחרב, ולפזר שאריתם ולהשפילם, ולהחליף התורה, ולהטעות רוב העולם לעבוד אלוה מבלעדי ה'.
יא אבל מחשבות בורא עולם--אין כוח באדם להשיגם, כי לא דרכינו דרכיו ולא מחשבותינו מחשבותיו. וכל הדברים האלו של ישוע הנוצרי, ושל זה הישמעאלי שעמד אחריו--אינן אלא ליישר דרך למלך המשיח, ולתקן את העולם כולו לעבוד את ה' ביחד: שנאמר "כי אז אהפוך אל עמים, שפה ברורה, לקרוא כולם בשם ה', ולעובדו שכם אחד" (ראה צפניה ג,ט).
כיצד: כבר נתמלא העולם כולו מדברי המשיח, ומדברי התורה ומדברי המצוות, ופשטו דברים אלו באיים רחוקים, ובעמים רבים ערלי לב; והם נושאים ונותנים בדברים אלו, ובמצוות התורה--אלו אומרים מצוות אלו אמת היו, וכבר בטלו בזמן הזה, ולא היו נוהגות לדורות. ואלו אומרים דברים נסתרות יש בהם, ואינן כפשוטן, וכבר בא משיח, וגילה נסתריהם.
יג וכשיעמוד המלך המשיח באמת, ויצליח וירום ויינשא--מיד הם כולן חוזרין ויודעים ששקר נחלו אבותיהם, ושנביאיהם ואבותיהם הטעום
דער רמב"ם האט געהאלטן פון יש"ו און פון דעם משוגענעם נביא אסאך ווינציגער ווי איהר האלט פון בן גוריון.
...ליישר דרך למלך המשיח...
ווי דערלעבט מען דאס.
יוסי718
דו ביזט זעהר גערעכט מיט די פאקטן לגבי דעם אסימילירען אויך אין דעם שטיקל רמב"ן, איך וועל דיר צו לייגן נאך סחורה אויף דעם רמב"ן עוד חזון למועד.
נאר זעה מיין ענטםפער צו יוסף מאיר
יוסף מאיר טייערער
איך ווייס נישט ווער עס האט דיך אנגעגעסן מיט די סטאטסיטיקס
אבער פרעג דעם ספעץ ער זאל דיר זאגן וואס "רב טוב" האט אויפגעטוהן אין אמעריקע
עס זענען ארויס געקומען הונדערטער טויזנטער רוסישע יידען, סרוב איז געפארן קיין ארץ ישראל זיי זענען געבליבן אידן זיי האבן חתונה מיט אידען, אין טויזנטער זענען בעלי תשובה דורך ערכים ומוסיפין והולכין ב"ה.
די רב טוב ארגאניזאציע האט געשטעלט מענטשן אין ווין ביי די באן און אויך אין איטאליע איינצורעדן די רוסקיס צו קומען אויף אמעריקע, איך ווייס נישט וויפיל זיי האבן עברענגט, זיי אליין האבן געשריבן טויזנטער, מהאט געקריגן געלט פון אנקל סעם פאר יעדן קאפ!
מהאט נאך צוגעשנארעט אויף תולה ארץ! משנארעט נאך אלץ!
ווי זענען די אלע יידען היינט?
ווי זענען זייערע שוהלען ישובים ישיבות?
זיי זענען געווארן אמעריקאנער גויים און ביז אדור צוויי טאמער משיח וועט נישט קומען ויאבדו מתוך הקהל ח"ו,
טראכט וועגן דעהם פאר די רעדסט אויף תושבי ארץ ישראל
תוקן על ידי - baachi - 14/09/2005 9:28:43
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2005 00:49 |
|
| |
יוסף מאיר
יא אמת ליידער ווערן אסאך נטמעה אין אר"י.
מיין נקודה איז געווען אז עס איז נישט קיין שום פארגלייך מיט וואס עס קומט פאר אין ארץ ישראל מיט די ספרדים און מיט די וואס זענען אין דער זעלבער צייט געפארען קיין פראנקרייך קענעדע וכו'
קענסט חויזיק מאכען אין מבטל זיין "שיינע מעשה'ס" אבער דאס איז דער פאקט!
מי יגלה עפר רבינו!
ער, אלס אמת'ער מנהיג, וואלט זיך זיכער זייער געפרייעט נישט צו האבען געוועהן גערעכט מיט זיין מורא פאר שמד.
אבער דו אלס בלינדער 'חסיד' פילסטו אז דו מיזט זאגען ניין אידען שמד'ן זיך יא.
BY THE WAY
טול קורה?? איך האב עפעס דא איינעם מוחה געוועהן?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2005 00:16 |
|
| |
יוסי
שיינע מעשיות, אבער ליידער ווערן הונדערטער אידען נטמע אין אר"י צווישען די רוסען אין אראבער.
טול קורה מבין עיניך.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 23:20 |
|
| |
באטשי
די מדינה איז א קיבוץ גליות ווי אושוויץ איז געווען א קיבוץ גליות. די חילוק איז נאר אז די קרעמאטאריום פון אושוויץ האט נאר פארברענט גופים און די נשמות זיינען ארויס פון קוימען גלייך אין גן עדן אריין און די קרעמאטאיום פון מדינה פארברענט נשמות אויף אן אייביגקייט.
צו ס'וועט זיין א קיבוץ גלויות פאר משיח'ן צו נישט, נישט דאס איז דאס
דער זעלבע השגחה וואס האט געפיהרט צו היטלער האט געפיהרט צו א מדינה אבער זיי זיינען ביידע אומגליקען און דער איז ערגער.
אז דו וועסט מודה זיין אז דיין שאלה איז גענצליך נישט אקטועל, נאר א טיאורעטישע שאלה אין וואס וואלט געווען טאמער עהרליכע אידען וואלטען געוואלט מאכען מלחמות און ווי דאס שטימט מיט'ן ויאול משה וועט דער עולם דיר ענטפערען אסאך רוהאיגער
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 23:02 |
|
| |
באראפארקער.
וואס זאל איך טוהען אז ער איז נישט פארנומען מיט די זאכען (עס איז כמעט נישט אקטועל).
[ "ער איז נישט פארנומען מיט די זאכען (עס איז כמעט נישט אקטועל".לפעמים לא תשובה, הוא התשובה.]
בדרך כלל האלט מען אין באבוב כדרך הקנאים, די קדושת ציון איז געווען שטארק קעגען ציונות כידוע. (אין קדושת ציון איז דא שטיקלעך קעגען עברית און פארטייען).
אבער זאג ר' סעמי, וואסט מאכט אייך אזוי נייגעריק צו וויסען די שיטה פין באבוב??
[כי כמו שכתבת:"בדרך כלל האלט מען אין באבוב כדרך הקנאים", והנה פנים חדשות באו לכאן, לכן שאלתי]
אבער, ווען איינער פרעגט א קשיא אויף די ויואל משה, איז נישטא קיין שום סבה, אים צו פארדאמען, אים נישט צו ענטפערען, און צו ווערען ווילד, די זאך איז ביי מיר אפען פאר דיסקאסיע פונט ווי וואספארא אנדערע טעמע.
[אתה מיליון וחצי אחוז צודק.וכמו שכתבתי כבר הרבה פעמים, שברור לי שרוב היהדות החרדית לא קיבלה את שיטת הוי"מ, וזה לא עושה אותם ח"ו לכופרים בעיקר. אבל ברור לעין שעיקר כוונתך הוא לזלזל בשיטה וכד', ולא ללמוד אתה צריך. ותסלך לי על ההשוואה, אבל אתה מזכיר (להבדיל)את הרשע מההגדה ש"רק שואל" מה העבודה הזאת לכם.]
ממילא ר' סעמי, עס וואלט געפאסט, פאר א חשובע שרייבער ווי די, נישט צו זיצען אין די זייט און ליינען און זעהן ווי די חשובע סאטמארע בני השיטה, וואס זענען גולשים דא, מיטשען זיך מיט א באטשי, און קענען זיך נישט קיין עצה געבען מיט אים, לאמיר זעהן וואס די קענסט ר' סעמי, שרייב, מאך אויף דיין פעדער, און לאמיר זעהן אויב די קענסט אמאהל שרייבען נארמאלע תגובות, נישט נאר תגובות שלא ממין הטענה, און נישט נאר קיין פאשקעווילען.
[סליחה. אבל כבר מוסרתי לך מודעה, שאין כוחי בוויכוחים מעין אלו,(ואפילו אם כן,לא הייתי מבזבז את זמני ע"ז עם אלו שכל מטרתם הוא "על מנת לקנטר") וכל כוחי היא רק בכתיבת פאשקעווילען.]
תוקן על ידי - sammy - 13/09/2005 23:03:50
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 22:17 |
|
| |
סעמי,
וואס מאכט איר??
איך וואלט געשריבען ווען איך ווייס,
וואס זאל איך טוהען אז ער איז נישט פארנומען מיט די זאכען (עס איז כמעט נישט אקטועל).
בדרך כלל האלט מען אין באבוב כדרך הקנאים, די קדושת ציון איז געווען שטארק קעגען ציונות כידוע. (אין קדושת ציון איז דא שטיקלעך קעגען עברית און פארטייען).
אבער זאג ר' סעמי, וואסט מאכט אייך אזוי נייגעריק צו וויסען די שיטה פין באבוב??
די אלטע אידישע שיטה איז אייביג געווען נישט צו מאכען א מרידה באומות, דורך סטראשען וכדומה, נאר דורך שתדלנות. עס איז באקאנט די נועם אלימלך וועגען די השתחוואות פין יעקב, אז מיט יעדעס מאל וואס ער האט זיך געביקט האט ער מקרב געווען די גאולה.
פארדעם, האבען ערליכע אידען געקוקט מיט א שלעכט אויג אויף די גאנצע ווארשעווע אויפשטאנד, כאטש דארט איז אביסעל אנדרעש געווען, עס איז געווען ממש סכנת נפשות, אבער מען ווייסט אז זיי האבען נישט געהאט קיין מטרה פין געווינען, נאר צו הרג'נן וואס מער דייטשען, בבחינת תמות נפשי עם פלשתים.
די גאנצע מדינה, אהן אריין גיין אין די הלכה פין שלש שבועות און די גאנצע אביזרייהו, איז קעגען די אלטע אידישע שיטה פין זיך מכניע זיין צו גוים (הגם די מקור איז מן הסתם פין די שלש שבועות).
אבער, ווען איינער פרעגט א קשיא אויף די ויואל משה, איז נישטא קיין שום סבה, אים צו פארדאמען, אים נישט צו ענטפערען, און צו ווערען ווילד, די זאך איז ביי מיר אפען פאר דיסקאסיע פונט ווי וואספארא אנדערע טעמע.
ממילא ר' סעמי, עס וואלט געפאסט, פאר א חשובע שרייבער ווי די, נישט צו זיצען אין די זייט און ליינען און זעהן ווי די חשובע סאטמארע בני השיטה, וואס זענען גולשים דא, מיטשען זיך מיט א באטשי, און קענען זיך נישט קיין עצה געבען מיט אים, לאמיר זעהן וואס די קענסט ר' סעמי, שרייב, מאך אויף דיין פעדער, און לאמיר זעהן אויב די קענסט אמאהל שרייבען נארמאלע תגובות, נישט נאר תגובות שלא ממין הטענה, און נישט נאר קיין פאשקעווילען.
 |
|
|
|
|
|