בחסד ד' איז די רביצין געראטעוועט געווארן
ברוך ד' עס איז היינט פאר געקומען א גרויסע נס מיט הרבנית רובין אשת חבר פון אבד"ק באבוב שליט"א,
די אלע פרטים וואס איך פארצייל דא זענען ערשטע האנט אינפארמאציע, אין די לעצטע צייט האבן דריי בריונים מיושבים ראשונה במלכות 48(מח"מ בצ"וו ל"ל, פאר דער וואס פארשטייט נישט אליין ווער זיי זענען זאל זיך ווענדען צו מיר און אישית) זיך געוואנדען צו הרבנית גאלדבערגער מנהלת בבנות ציון און אנגעהויבען צו לייגען גרויס פרעשער אז זו זאל ארויס ווארפן איר לאנג יעריגען היי סקול טיטשער הרבנית רובין תחי'.
האט הרבנית גאלדבערגער געענטפערט אז ווי וועט זו קענען ארויף קומען לאחר מאה ועשרים און זאגן פאר איר טאטע אז זו האט צובראכען זיין סקול וואס ער האט אויף געבויט, האבן זיי איר געענטפערט אז עס איז שוין סייוי צובראכען האט זו געענטפערט מיין סקול איז נישט צובראכען מיין סקול פארט ווי א באן, און בשום אופן וועל איך איר נישט ארויס ווארפן.
האבן די בריונים געזאגט און געסטראשעט אז נישט נאר וועלן זיי טון וואס זיי קענען כדי איר פטור צו ווערן, נאר זיי וועלן אויך טוהן וואס זיי קענען ביכולתם, אפילו אויב זיי וועלן דארפן מיט פיזישע כוחות וועלן זיי איין נעמען דעם בנין, האט זו געענטפערט איך האב נישט קיין מורא.
האבן די רשעים וואס ווילן צוברעכען דעם סקול געזאגט פאר רביצין גאלדבערגער פיין אונז וועלן שוין זיכער מאכן אז די רובין זאל מער נישט קומען, האבן זיי פראבירט נאך איין טאקטיק זיי האבן גערעדט צו די מיידלעך אז זיי זאלן נישט אריין קומען אין קלאס, און ב"ה גאנצע פיר מיידלעך האבן מסכים געוועהן נישט צו קומען (נא 48 האט גאנץ א גרויסע פראצענט!!!),
און ב"ה און די יעצטיגע מינוטן איז די רביצין און קלאס מיט א פילע קלאס, און די רשעים האבן (דערווייל??) נישט זוכה געוועהן צו צוברעכען דעם שיינעם סקול
 |
|
|