אייפאד נאנא
עפל האט מיט גרויס סורפרייז אנאנסירט נייע פראדוקטען און אין דיזעלבע צייט אוועקגעהארגעט די אייפאד מיני!
שוין עטליכע וואכן וואס מען האט זיך שטארק געסודעסט וועגן די נייע אייפאד, אזוי ווייט אז אפילו אין די עפל העדקווארטערס איז עס אויך געווען א סוד.
ביי א נייעס קאנפרענס לעצטן מיטוואך האט סטיוו דזשאבס דער סי אי או פון אפל קאמפיוטערס, פרעזענטירט די שטוינענדען פובליקום, מיט די אֵייפָּאד נאַנאָוֹ. אין אזוי אויך פרעזענטירט די ערשטע "אייפאד סעלל פאון".
די "נאנא" באשטייט פון 4 פראדוקטען, א ווייסע 2 ג"ב אייפאד און א פיר ג"ב'ער, און 2 שווארצע, אלע קומען מיט א הויכע רעזאלוציע סקרין, וווי מען קען מיטהאלטען אין קלויבען וואס צו הערן, אזוי אויך קען מען זעהן בילדער (אזוי אויך קען מען שפילען דערויף די באקאנטע געים "דום" דאס אן ארטיקל פאר זיך אלייינס ואכה"מ), די וואס האבן עס שוין געזען זענען פשוט ארויס פון התפעלות.
דזשאנאסאן אייו, דער וועלט באקאנטע קאפשטיק פאר די הערליכע דיזיינס וואס ער שטעלט צו צו עפל, האט געזאגט אין אן איטנטערוויו אז דאס איז איינס פון די מערסטע אינטערסאנטע ארבעט וואס ער האט געמאכט, ווי עס האט ווירקליך אויסגענוצט יעדע סקווער מילימעטער אז עס זאל נישט בלייבן ליידיג.
די גרויסקייט איז בערך אזוי, נעם א קרעדיט קארטל, שנייד אפ א פערטל פון די לענג, האסטו דעם "נאנא" די דיקייט איז נישט אסאך דיקער. די קאליר איז אזוי ווי די אלעמען באקאנטע אייפאד.
די אייפאד מיני דערקעגן איז אפגעשטארבן, אינטערסאנט איז, אז דער פארלאנג פאר די אייפאד מיני איז אומגעהויער גרויס, מסתמא וועלן די פרייזען אין איבעי ארויפארן, און פון דעם אנדערן זייט הגם די וואונדער פון דעם אייפאד נאנא איז אזוי איבעראשענד, זענען די סעילס די ערשטע פאר טעג געווען שוואך, נאך האט סורפרייזעד עפל, אזז די שווארצע נאנא'ס זענען אסאך מער פאפולער ווי די ווייסע.
אויך האט עפל בשותפות מיט מאטאראלע ארויס געגעבען די ערשטע אייפאד פאון די מאדעל איז ראקר אי1, עס ארבעט מיט ניי ערשינענעם אייטיונעס 5 אויף מעק אדער פיסי, עס קען האלטן נישט מער פון 100 ניגונים פער קארטע (נישט קיין חילוק ווי גרויס עס איז), סינגולער וועט עס פארקויפען פאר 250 דאלער.
אזוי אויך וועט עס זיין עוועילעבעל אין ענגלאנד, ביי קאר-פאונ-ווער-האוס, ארענזש, או2, וווירזשין, פאר בחינם מיט א יעריגע קאנטרעקט, אזוי אויך אין די רעשט פון יוראפ.
פאר נאך אינפארמאציע קענט איר זיך ווענדען צו עפל'ס וועבסייט
www.apple.com
עס איז דא לינקס אויף די פראנט זייט צו די אלע אויבענדערמאנטע נייעסן.
 |
|
|