רבינו שליט"א מעג טלית לייגען בביתו
איינער פון די גאר וויכטיגע נושאים באהאנדלט געווארן היינט און בית דין איז געוועהן, אז נאך וואס בי"ד האט געצווינגען 48 צו זיין ציית דינא (נישט אזויווי בו ביום פון די פסק דין, וואס אא"ל האט אנגערופען קפלן ווייטער צו שטערן אונזער ליעס מיט בית יעקב) און אויפהערן צו רודפן קפלן און אים לאזן פארדינגען די זאל פאר אונז, נאך דער פסק האט אא"ל זיך אנגערופען אז עס איז דא א גרויסען פראבלעם, אז ווען רבינו קומט פון דערהיים נאך טלית לייגען מיט אן עולם גריסען זיי די 48 חברה וואס גייען אויך דעמאלס אין ביהמ"ד און זיי פילען זיך זייער אומבאקוועם צו זעהן מלך ביפיו תחזינה עינינו מיטן טלית, אזוי האט ער געבעטן אז אדער זאל רבינו מער נישט קענען טלית לייגען בביתו אדער זאל מען נישט מעגן גריסען די 48 חברה וואס גייען אדורך, האט ר' שמחה ראטה זיך אנגערופן וואס איז שוין עס גייען קוים מיט צוואנציג מענטשען, האט אא"ל גענטפערט אז ער גייט מיט אסאך מער ווי 40 מענטשען, (ב"ה אז ער איז שוין מודה אז אונז האבן מער ווי פערציג מענטשען) עכ"פ לעת עתה האט בית דין נאך נישט דן געוועהן אין דעם נושא און דערווייל קען רבינו ווייטער טלית לייגען כמקדמת דנא
 |
|
|