בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

שאין אנו עזי פנים וקשה עורף

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/9/2005 23:22 לינק ישיר 
שאין אנו עזי פנים וקשה עורף


דא אין דעם אשכול וועלן זיך מעמבער'ס קענען איבערבעטן איינער מיטן צווייטן לכ' ראש השנה.

אינאיינוועגס בעט איך איבער פרזענליך אלע מעמבער'ס אויב איז מען געטשעפעט געווארן דורך מיר...

ווער עס וויל מיר נישט מוחל זיין, קען עס שרייבן דא. און אזוי אויך ווער עס איז מיר יא מוחל, קען מיר אויך שרייבן דא.

פליז נישט מישן דא פאליטיק, נאר שלום.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/10/2005 20:40 לינק ישיר 

היות איך האב ברבים געטשעפעט דעם ניק וואס רופט זיך 'באראפארקער', וויל איך אים איבערבעטן ברבים.

'באראפארקער' זיי מיר מוחל, איך האב עס נישט געמיינט פערזענליך, און איך וועל זייער אכט געבן פון היינט און ווייטער נישט צו טשעפן קיינעם דא.

גמר חתימה טובה פאר 'באראפארקער' און אלע גולשים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/10/2005 02:16 לינק ישיר 

א שיינע שנה טובה קארד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/10/2005 02:12 לינק ישיר 

מצורף קובץ

.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/10/2005 02:08 לינק ישיר 

מצורף קובץ

.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/10/2005 22:57 לינק ישיר 

באמת איז דאך נישט שייך אז א מענטש זאל איבערבעטן א "ניק", אבער אז א ניק טשעפעט דארף א ניק איבערבעטן.

איך האף אז איך במשך דעם יאר קיינעם נישט "פערזענליך" מצער געווען אדער פארשעמט, איך האב מיך פרובירט צו היטן דערפון, אבער טאמער האב איך איינעם פארשעמט און אפילו אומדירעקט מצער געווען, וויל איך אים איבערבעטן, קען זיין אז איך פארשעמט א ניק וואס איך קען נישט, און אנדערע ווייסן יא וועלכער מענטש דאס איז. בכולהון איתרחטנא בהון מעיקרא, און סוף כל סוף א ניק איז דאך נאר א ניק...

איך בין מוחל יעדן מענטש און יעדן ניק, און איר זאלט אלע געהאלפן ווערן מיט אלעם גוטן, תכלה שנה וקללותיה תחל שנה וברכותיה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/10/2005 21:52 לינק ישיר 

באראפארקער

מחול לך מחול לך מחול לך

אבער דיינע ווערטער:

אי"ה נעקסט יאר נאך אמאהל בעזה"י, אבער דערווייל בעהט איך א מחילה סליחה וכפרה פין די גאנצע חשובער צבור גולשי היידפארק שיחיו

געבן עפעס א געפיל פון "אחטא ואשוב" וואס אין מספיקין וכו'.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/10/2005 18:02 לינק ישיר 

איך בעט איבער אלע גולשים וואס איך האב געטשעפעט און אריין געפידעלט, טאמער פילט זיך איינער געטראפען פין מיינער ווערטער.

אלע פין 45, אלע אהרונים זאלונים צוגלייך, אלע קנאים, אלע "פרומע", אלע משוגעים, אלע ליידיגייערס, אלע קרומע קעפ, אלע מיט א פלאכע שכל, אלע וואס טראכטען מיט דעם ישיבה של מטה, אלע וואס טראגען נישט קיין שייטלעך, אלע וואס טרינקען וואסער נישט געפילטערט, אלע וואס פארען נישט קיין שייגעץ בייקס, אלע וואס פילען זיך פאר די בעסטע אידען, אלע וואס גייען צו שלמה קארלבאך שוהל, אלע וואס האלטען אז ויואל משה איז די זעקסטע חומש, און אחרון אחרון חביב, אלע וואס טראגען נישט. ודעו נא רבותי, כי לפרט את כולם אי אפשר כי רבים הם, על כן יהא נא בעיניכם כאילו הייתי פורטם. (נאך איינס, לדעת אפאר גולשים קען איך דא שרייבען אלע אידען).


בכולהון איתחרטנא בהון, איך בעט איבער די אלע, טאמער האבען זיי זיך געפילט געטראפען, און זיי האבען נישט פארשטאנען אז דא אויף היידפארק איז א אויסליפטרונג פלאץ, און מען טוט הנאה האבען פין די פרייע לופט, און מען קען ארויסגעבען די טשוכעס(?) פון הארץ אהן קיין מניעות, אהן קיין שושקערייען.

אי"ה נעקסט יאר נאך אמאהל בעזה"י, אבער דערווייל בעהט איך א מחילה סליחה וכפרה פין די גאנצע חשובער צבור גולשי היידפארק שיחיו, און דער אויבערטשער זאל העלפען, כשם שאני מוחל לכם, כך אתם תמחלו לי, און זאל ענק געבען א שנה טובה ומתוקה, און מען זאל זוכה זיין צו די אמת'ע משיח, בב"א.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/10/2005 10:51 לינק ישיר 

911zalis



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/10/2005 09:39 לינק ישיר 

איך האב חלילה דורך דעם גאנצן יאר שרייבן קיינעם נישט געוואלט וויי טוהן נאר : אזוי ווי מיר זענען ליידער אין גלות אין עס איז גענוג ביטער ליידער צרות פאררידערט ממש יעדן מענטש איז כדי זיך צי האלטן פארנימען דער גלות זאל נישט אויסזעהן אזוי לאנג ווי עס איז . האט דער הייליגער באשעפער צוגעשטעלט ר' אהרן אין ר' זלמן לייב אבער מען מיינט נישט קיינעם פערזענליך !!!

איחוד אין יוסף90 אין משה גבאי ר' זלמן לייב אין [ווען האב איך כוח רעכן איך ווען אויס אלע ענעקערע נעמן אויך] איך בעט ענק איבער באותו מקום ...

מעומק הלב וואונטש איך דא פאר יעדן איינעם באזונדער אהרוני , זאלי, 48 , 45, , א גוט אויסגעבעטן יאר, גליק און מזל, געזונט מיט געלט, אידיש נחת און זיסע לעכטיגע קינדער, עשירות וכבוד, ויתברך בכל משאלות לבו לטובה, אמן!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/9/2005 17:13 לינק ישיר 

צבי
פארוואס נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/9/2005 16:46 לינק ישיר 

WASSA

me too?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/9/2005 16:42 לינק ישיר 

לא נכחד מאדוני, אויב איך האב איינעם געפליקט, איז זיך אים אמת'דיג געקומען

איך קען נישט גלייבן אז מען האט זיך פון מיר באליידיגט, צוליב א גרינגן חשבון, איך האב נאך נישט געזעהן קיינעם פון דא וואס זאל זיך שפירן געטראפן נאך איינעם'ס תגובה, יעדער ענטפערט צוריק מיטן "זעלבן געשמאק" אז ס'גייט א רויעך...

איך האב אנגעפרעגט מיין דיין צו מען קען יוצא זיין דעם סעיף אין שו"ע לרצות את חבירו דורכן אינטערנעט, האט ער מיר געענטפערט "חלילה"...

אשר על כן חברים יקרים, ווער עס וויל איך זאל אים איבערבעטן מוז מיר שיקן אין אישי זיין טעל. נומ. און אדרעסס...

האטס מיר אלע א שנה טובה ומתוקה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/9/2005 09:32 לינק ישיר 

טאמער איינער שפירט יך געטראפען פון עפעס וואס איך האב געזאגט בעט איך אויך איבער
MIGHT AS WELL



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/9/2005 09:12 לינק ישיר 

geferlich שרייבט

* * * מיין התנצלות * * *

בנמיכת ראש בכפיפת קומה בכניעת חיל
כאטש איך האב פול געזינדיגט ביני לבין קוני
האב איך מוסיף געווען חטא על פשע דא אין הייד
ביני לבין חברי שיחיו עמו"ש.

צומאל איינעם אריינגעפליקט אריינגעזאגט פארשעמט אנגעשריגן... אריינגעשטאכן וכדומה, ענינים וואס וואלט געקענט יענעם וויי טוהן, אפילו מען זעהט אים נישט דא, אבער עס קען געמאלט זיין אז יענער איז ווייס, רויט, געל, גרין, געווארן, והמלבין פני חבירו וכו'.
עס איז אפשר אביסל שפעט, צו נאנט צום יו"ט און ס'שיינט אז א צאל חברים בפורום שרייבן נישט דא, אבער איך האף אז זיי ליינען דא וואס איך ששרייב, און זיי וועלן מיר באמת מוחל זיין און צוריק שרייבן, צו בארואגן מיין געוויסן.

ווען איך בין אריינגענומען געווארן דא אין פורום,
האב איך געמיינט, יא איך וועל שוין ווייזן פאר די ארונים, מארגן ווערן זיי אלע אויס, און נאך אזעלכע
קראצעדיגע מחשבות זרות. מיט די עירוב טראגער האב איך געטראכט הע! לאזט מיך צו! איך וועל שוין מאכן סדר מיט זיי.
וואו וואס ווער ווען, אלעס ביים אלטן אויב נישט ערגער,
סתם אנגעברענגט צייט, ביטול תורה. אפשר דאס אז איך האב
בשעת מעשה נישט געזינדיגט, ווען מיר עפעס גערעכנט ווערן.
ווער ווייסט.

אין יום כיפור מכפר עד שירצה את חבירו !!!

טייערע ברודערלעך תחיו!
איך בין דא ברבים מפייס יעדן איינעם וואס איך האב אמאל
מצער געווען אויף סיי וואס פארא אופן, ברבים צי ביחיד, איינער וואס האט זיך געשפירט געטראפן אדער באליידיגט פון
מיינע רייד, בעט איך יעצט איבער דא ברבים, און איך בעט אל תהיו כאכזרים ותמחלו לי בלבב שלם. און איך בין אויך מוחל יעדן איינעם באזונדער, אן קיין שום פאראיבל.
איך רעכן אויס עטליכע נעמען וואס איך געדענק ואין מוקדם ומאוחר...
אויסשווארץ
זאליוועקי
געטמי
באטשי
קוטשמע
זשיד
ק.זש.אלייענס
אה, און גישמאקער.

און אודאי די חשובע מנהלי האתר, אלטע מיט די נייע.
אלל ניס פיק
אינהכי נמי
אינגערמאן
מקוה איד
פארן עקסטע באלמוטשען מיט דארפן מעקן, מתקן זיין מיינע
"געפערליכע" רייד, און אוועקנעמען פון זייער טייערע צייט.


ונסיים בדבר טוב:
ווער עס פילט זיך אויסגעשפילט אז ער ווערט נישט דא אויסגערעכנט זאל מיר שרייבן באישי...



מעומק הלב וואונטש איך דא פאר יעדן איינעם באזונדער, א גוט אויסגעבעטן יאר, גליק און מזל, געזונט מיט געלט, אידיש נחת און זיסע לעכטיגע קינדער, עשירות וכבוד, ויתברך בכל משאלות לבו לטובה, אמן!


=====

911zalis שרייבט

גם אני מצטרף :
איך האב חלילה דורך דעם גאנצן יאר שרייבן קיינעם נישט געוואלט וויי טוהן נאר אזוי מיר זענען ליידער אין גלות אין עס איז גענוג ביטער ליידער צרות פאררידערט ממש יעדן מענטש איז כדי זיך צי האלטן פארנימען דער גלות זאל נישט אויסזעהן אזוי לאנג ווי עס איז האט דער הייליגער באשעפער צוגעשטעלט ר' אהרן אין ר' זלמן לייב אבער מען מיינט נישת קיינעם פערזענליך !!!
איחוד אין יוסף90 אין משה גבאי אין [ווען האב איך כוח רעכן איך ווען אויס אלע ענעקערע נעמן אויך] איך בעט ענק איבער באותו מקום ...

מעומק הלב וואונטש איך דא פאר יעדן איינעם באזונדער אהרוני , זאלי, 48 , 45, , א גוט אויסגעבעטן יאר, גליק און מזל, געזונט מיט געלט, אידיש נחת און זיסע לעכטיגע קינדער, עשירות וכבוד, ויתברך בכל משאלות לבו לטובה, אמן!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/9/2005 08:38 לינק ישיר 

מוחל ?
מוחל !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > שאין אנו עזי פנים וקשה עורף
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext