באמת איז דאך נישט שייך אז א מענטש זאל איבערבעטן א "ניק", אבער אז א ניק טשעפעט דארף א ניק איבערבעטן.
איך האף אז איך במשך דעם יאר קיינעם נישט "פערזענליך" מצער געווען אדער פארשעמט, איך האב מיך פרובירט צו היטן דערפון, אבער טאמער האב איך איינעם פארשעמט און אפילו אומדירעקט מצער געווען, וויל איך אים איבערבעטן, קען זיין אז איך פארשעמט א ניק וואס איך קען נישט, און אנדערע ווייסן יא וועלכער מענטש דאס איז. בכולהון איתרחטנא בהון מעיקרא, און סוף כל סוף א ניק איז דאך נאר א ניק...
איך בין מוחל יעדן מענטש און יעדן ניק, און איר זאלט אלע געהאלפן ווערן מיט אלעם גוטן, תכלה שנה וקללותיה תחל שנה וברכותיה.
|
|