בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

געשטיקלטע מילך קעסטל דרשה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/9/2005 02:26 לינק ישיר 
געשטיקלטע מילך קעסטל דרשה

באקומען אין תיבה אישית


ער שרייבט צו די שטיקלעך פון די דרשה וואס מ'הערט אויפן טעיפ אבער אויף די דרשה אינעם קונטרס האט מען עס ארויסגענומען.



תוקן על ידי - yankees - 27/09/2005 2:40:45



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/9/2005 02:46 לינק ישיר 

I almost wanted to open one too, whoever this guy is he sent this message to everyone here



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/9/2005 02:44 לינק ישיר 

גיי זיך עס אויף צווישן די שמות. אדרבה אז די טרעפסט עס וועל איך עס צוזאמלייגן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/9/2005 02:40 לינק ישיר 

נעקסט טיים קוק אויב עס איז דא אן אשכול איבער אן ענין, מען דארף די מנהלים נישט געבען עקסטרע ארבעט......



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/9/2005 02:35 לינק ישיר 


_______________
findodort
~~~~~~~~~~~
היות מען האט לעצטענס געדריקט דרשת הרב הלל וויינבערגער נ''י ולדאבונינו הרב כולו לקי

בחסרות ויתירות

כדי לטשטש המכוון מיט אומבאגרעניצטע חוצפה און מוסיף געוועהן חטא על פשע מיט מסלף זיין דברי אלקים חיים, כאילו מיר שעמען זיך מיט דברי הרב הנ"ל", ע"כ לבקשת הקוראים ולחיבת הקודש העתקנו הדברים לברר מקחו ...

איז דען שייך אזא מין טענה אז יענער פארלאזט זיך אויף זיין רב, ווער איז זיין רב, ער האט עפעס טופס מקום געוועזן? ער האט דאך געלעבט - ווען דער רבי איז געוועהן איז ער דאך אויך געוועהן, מען האט זיך עפעס מיט אים גערעכנט? אדער איז ער געגאנגען מפלפל זיין און ער האט איבערגעוויזן פאר'ן רבי'ן אנדערש, און דער רבי האט צו אים מסכים געוועהן? ער איז בכלל עפעס א בא במנין בא בחשבון אז ער קען זיך אקעגן שטעלן קעגן די גדולי גאוני וצדיקי הדור? דאס האט עפעס א רעכט? איז ער דען נישט - טאמער איז דא א רב היינט וואס זאגט אזוי, אויב עס איז בכלל דא? איז ער דען נישט עובר אויף מורה הלכה בפני רבו, איז ער דען נישט בגדר אז ער איז עובר אויף די הלכה אז חכם שאסור אין חבירו רשאי להתיר, איז עס דען נישט - איך וויל נישט זאגן ווערטער פון עזות און חוצפה, אבער איז עס דען נישט דאס!!! איז עס דען נישט פארגרייזטע מדות פון קאפ ביז פוס? איז עס דען א מהלך


קומט מען איך בין אויך דא צום טיש, ער איז א פוסק און ער קומט, און מען טוט נאך איפארטירן פוסקים פון ערגעץ אנדערש, ניטאמאל פון די געגנט, ער איז א יורד בנכסי הגר און מען קומט זיך פונדערווייטנס דא אריין צו אונז זאגן וואס מען האט דא צו טוהן, מחזק זיין יא מאכן אן עירוב, ווער האט דיך געפרעגט, וואספארא רעכט האסטו צו זאגן א דעה

ווער איז דארט געשטאנען און מחזק געוועהן די פורקי עול, דע חברה, דע חברה די יחידים וואס האבן געמאכט דעם עירוב וואס זענען לוחם יא צו גיין, די עזות פנים'ער, און איך ווייס נישט, ווער ווייסט וואו געזונקען זיי זענען.

איך האב זייער מורא אז די משפחות די אנפירערס פון דעם עירוב, די וואס טראגן בעזות וחוצפה זיך צו רייצן, אזוי ווי עס שטייט ביי דתן ואבירם, יצאו ניצבים, ווי רש"י זאגט בקומה זקופה לחרף ולגדף זענען טיף טיף געזינקן אין קדושה, עס איז סאך מער ווי דעס וואס מען זעהט, עס איז נישט מעגליך אז אידען וואס זענען אפגעהיטן בצניעות בקדושה ובטהרה, מען פירט א ערליכע שטוב, מען היט זיך אויף די אויגן, מען היט זיך אויף איסורי יחוד, מען היט זיך אויף אלע הרחקות פון עריות איז דא די מדה פון בושה, קען מען נישט זיין אזא מין פרעכער עזות פנים, און גיין טראגן און וויי טוהן פאר אידישע קינדער.

ווען די גייסט אויף די גאס און די זעסט איינעם מיט לאנגע פאות ביז צו די קניען צו מיט ווייסע זאקן צו מיט שווארצע זאגן, און צו מיט א ספאדיק צו מיט א שטריימל, און די זעסט אז ער טראגט, זאלסטו זיך נישט אפשרעקן... די שרייסט אויף א פראסטן יונגאטש! זאל זיך דיר דאכטן אז די שרייסט אויף א "מילך קעסטל"!! זאל זיך דיר דאכטן אז די שרייסט אויף א "צוויי פיסיגן בהמה"!! און די שרייסט גיי דיר פון דא, שבת קודש,

לשמוע הדרשה אפשר לשלוח 3$ על האדרעס:

Vaad Mishmares Hashabbos, 193 Hooper Street, Broolkyn, N.Y. 11211

או על הטעלעפאן: 7194-990-212




זאל קיינער נישט מיינען אז עס איז לאחר יאוש, ס'איז נישטא אזא זאך ווי יאוש!!!




~~~~~~~~~~~



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > געשטיקלטע מילך קעסטל דרשה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext