בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אנטלויפט פון וויליאמסבורג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/9/2005 02:17 לינק ישיר 
אנטלויפט פון וויליאמסבורג




פאסירט האט דאס די פארגאנגענע וואך


וואס צוליב א שווערע טרעפיק אויפן "היי וועי" האבן מיר זיך א לאָז געטאן איבער די גאסען און פארביי געפארן דעם צפון חלק ברוקלין ווי עס איז דער וואוינארט פון די אנשי הגר און ווי דער פראנט פון זייער מלחמה געפונט זיך איצטער.



דער איינדרוק פון די שמוציגע גאסן און פון די מרה שחורהדיגע מאנספערזאנען וועלכע גייען אויף איר און ווי אויך די ווילדע לאפעצעס מיט די שפיגעל גלאנצעדיגע שיך און די נייסטע SUV זענען גאר ווינציג.



נאר איין זאך וואס יעדער זעהט גלייך זענען די נייע טורעמעס וועלכע עס בויען זיך פיל, א יעדע טורעם איז אנגעפילט מיט דעם אונגערישער עלעמענט וועלכע וועלען זיך ניט אוועקציען פין דארט פאר קיין געלט.



זעהנדיג דאס איז מיר געקומען אויפן געדאנק דעם אור החיים הק' בנגוע דעם דור הפלגה, אַווי יעדער איד וועלכער איז נאר אמאל געווען אין חדר וויסט צו פארציילען וועגען דעם דור הפלגה, ווען פיל פערזאנען האבען זיך צונויף געקליבען און געבויט אן הויעכן טורעם מלחמה צו האלטען מיט גאט ח"ו.



אבער דער אור היים הק' לערענט אן אנדער פשט אז די מענטשען האט געוואלט וואוינען אלע איניינעם אז עס זאל נאר זיין איין שטאט און איין אָרט אַווי עס געפינט זיך סיוועלעזאציע, און אויב עס זאל אמאל פאסירען אז א מענטשען וועט ארויס וואנדערן פין סיוועלעזאציע וועט ער נאר א הייב טאן די אויגען און דערזעהן די טורעם און זיך באלט צוריק קומען.



וואס דאס איז געווען קעגן דעם רצון פון גאט - ווי דער אור החיים איז מסבר - ווייל וואוינען באדארפמען ניט אויף איין ארט נאר אויף אסאך ערטער ווי דער פסוק זאגט ווייטער ''ויפץ ה' אתם משם על פני כל הארץ''



איצטער צו אייך אנשי הגר בצפון ברוקלין אנטלויפט פון דארט און לאזט איער די טורעמעס ווי לאנג מען קאן נאך ווייל פון הימעל האט מען אייך שוין צוטיילט צו מערערע פראקצועס אהרונים זאלוינים בני יואל און אזאלכיגע וואס גלייבען ניט און גארניט.








דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/10/2005 04:22 לינק ישיר 



צי מיך זעט דער ראטצער אויס ווי עפעס א אלטער יודישיסט וואס ליינט אדער שרייבט גאר דעם פארוועטס ווי מען זעט אז ער ברענקט כסדר פין דארט ארטיקלען אין פיקטערס אין שרייבט זייערע סטייל יודיש
ער שטעלט זיך אהער ווי ער פירט ווייטער די מלחמה אקעגן סאטמר-וויליאמבורג אין ווי ער וואלט עס געוואלט אנגעריפן דע פארצייטענישע יודן
אבער הער מיך אויס ראטצר עס וועט דיך גארנישט העלפן דיין צייטונג ווערט וואס מער איינגעשרימפט אין דע געלע יודען פייגערן אפ ווי שנעלער אין דע קינדער קענען שוין נישט קיין יודיש אין נאך אביסל וועסטי מיזן אנהייבן ליינען דעם איד אין בלאט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/10/2005 15:37 לינק ישיר 

איין זאך ווייס איך אז ער פוצט נישט די שיך...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/10/2005 08:57 לינק ישיר 

ראצער איז א וויליאמסבורגער יונגערמאן מיט א משפחה פון קינדער וואס וואוינט אויף'ן אכטען שטאק אן א עלעוועטער. און צאלט 2,200$ אויף א פלאץ ווי די ליפט איז פארסם'ט ברוחניות ובגשמיות.

יעדען צופרי ווען ער שטייט אויף צום פרישן טאג זענען די גאסן שניי באדעקט מיט פאפירלעך וואס באשמיצט איינער דעם צווייטן. אין א בחינה ווי די פסוק זאגט "איש את רעהו חיים בלעהו"

און ראצער פרעגט: פארוואס ? פארוועם ?

אוי וויליאמסבורג א מחי' גאר.
וואוינען יודן אומציפרידן ביז די 100 יאר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/10/2005 07:27 לינק ישיר 

מצורף קובץ


טאמעטא,

דא האסטו א בילד פון "ראטצער".

(אז די גלייבסט נישט, מאך א גוגעל סערטש אויף "rutzer", וועסטו זעהן...).






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 23:19 לינק ישיר 

מען דארף דערגיין ווער ראצער איז



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 23:16 לינק ישיר 

בענעדיקט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 23:11 לינק ישיר 

משל למה הדבר דומה, ווי א הונטל וואס לאזט אראפ זיין שמוץ ביים עק פון טראטואר און קומט ניטאמאל קוקען אויב איינער טרעט אריין דערין אדער הייבט עס אויף.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 22:59 לינק ישיר 

האסט באמערקט ?
די אשכולות וואס ראצער פאנגט אן שרייבט ער וואס ער האט צוזאגן אין לאזט לויפען ביז אפילו מער פון 30 תגובות און ער ענפערט גארנישט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 01:31 לינק ישיר 

באטשי
וועסט מיר פערזענליך אין זינען האבען?
איך בין FLATTERED



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 01:29 לינק ישיר 

דאכענע

וואס שרייבסטו באטשי / נעיני אהן א מחיצה אינצווישן? דא איז איין ארטאדאקישער פארום.

קוק צו וואס דער אינטערנעט ברענגט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 01:09 לינק ישיר 

איינער פון די מגיבים וויל מאכן זיכער מזאל איהם פערזענליך אינזינען האבן ווען מיר וועלן מתפלל זיין

"תכלה שנה וקללותיה"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 00:30 לינק ישיר 

צודיק
האסט נישט? דעמאלטס אנטשולדיגט. ס'האט אויסגעזעהן פון דיינע תגובות און צו וועמען דו שטעלסט זיך צו אז יא.
מסתמא האסט דו געכאפט אלץ אוי לרשע אוי לשכנו.
כתיבה וחתימה טובה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2005 23:23 לינק ישיר 

באטשי נעיני,

משה גבאי ארבעט שוין דערויף...

קוק נאר אפאר תגובות פון אפאר היציגע משגעים דא.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2005 22:56 לינק ישיר 

עפעס שטימט נישט מיט דעהם דשאוק

אין סאטמער שלאגט מען זיך
דער רבי לעבט.

(זיכער ?!)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2005 22:20 לינק ישיר 

אן אנדערע גירסא:

נאך א מזל ליבאוויטשער רבי לעבט נאך, ווען נישט וואלט מען זיך ווען געהארגעט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אנטלויפט פון וויליאמסבורג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext